ייִדיש־ספּעקטאַקל אין „קאַרנעגי־האָל‟

Yiddish Concert to be Held at Carnegie Hall

יעווגעני קיסין.
Getty Images
יעווגעני קיסין.

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 26, 2018.

דער „פֿאָרווערטס‟ שרײַבט זעלטן־ווען וועגן אַ קולטורעלער פּראָגראַם, וואָס וועט ערשט פֿאָרקומען אין אַ יאָר אַרום. אַז עס גייט אָבער די רייד וועגן אַן אָוונט געווידמעט ייִדיש, וואָס וועט פֿאָרקומען אין „קאַרנעגי־האָל,‟ איז כּדאַי אים צו דערמאָנען וואָס פֿריִער, דער לייענער זאָל קענען זיך פֿאַרצייכענען די דאַטע. איז, פֿאַרשרײַבט: מאָנטיק, דעם 15טן אַפּריל 2019, וועלן אויפֿטרעטן אַ ריי באַקאַנטע ייִדישע זינגער, מוזיקער און אַקטיאָרן אויף דער סאַמע בכּבֿודיקסטער בינע אין אַמעריקע.

כאָטש ייִדיש האָט אַ לאַנגע געשיכטע אין „קאַרנעגי־האָל,‟ איז קיינמאָל פֿריִער ניט פֿאָרגעקומען אַ פּראָגראַם פֿון אַזאַ גרויסן פֿאַרנעם. דער אָוונט „פֿונעם שטעטל צו דער בינע: אַ פֿײַערונג פֿון דער ייִדישער קולטור און מוזיק‟ איז אַ טייל פֿון אַ גרעסערן קולטור־סעזאָן געווידמעט די בײַטראָגן פֿון פֿאַרשידענע אימיגראַנטישע גרופּעס צו דער אַמעריקאַנער קונסט (אַחוץ דער ייִדישער מוזיק וועט מען מאַכן עטלעכע פּראָגראַמען געווידמעט די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און אירלענדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס).

אַרום 2,500 מענטשן וועלן זען ווי עס טרעטן אויף די זינגער און מוזיקער דזשאָען באָרץ, מײַק בורשטיין, דוד קראַקאַוער, אַבֿי האָפֿמאַן, עלמאָר דזשיימס, דניאל קאַהן, דער וועלט־באַרימטער פּיאַניסט יעווגעני קיסין, לאָרין סקלאַמבערג, זלמן מלאָטעק און דער וועלט־באַרימטער פֿידלער גיל שחם. פֿרענק לאָנדאָן וועט דיריגירן די מוזיק בשעת דער פּראָגראַם, וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורך סעט ראָגאָוווי און עלענאָר ריסאַ. באָריס סאַנדלער, דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס,‟ און ליודמילאַ שאָלאָכאָוואַ, די דירעקטאָרין פֿון די „ייִוואָ‟־אַרכיוון, דינען ווי עצה־געבער פֿאַר דער פּראָגראַם.

כּדי צו זען דעם ספּעקטאַקל דאַרף מען זיך פֿאַרצייכענען אַ צווייטע דאַטע: מאָנטיק, דעם 20סטן אויגוסט 2018, פּונקט 8 אַ זייגער אין דער פֿרי, וועט מען אָנהייבן צו פֿאַרקויפֿן די בילעטן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.carnegiehall.org/Calendar/2019/04/15/FROM-SHTETL-TO-STAGE-A-CELEBRATION-OF-YIDDISH-MUSIC-AND-CULTURE-0800PM.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.