ישׂראל־טראַגעדיע: אָרגאַניזירער פֿון טייטלעכער עקסקורסיע אַרעסטירט

Israel Tragedy: Organizers of Deadly Outing Are Arrested

דאָס אָרט לעבן דעם ים־המלח וווּ שווערע רעגנס האָבן גורם געווען די פֿאַרפֿלייצונג וואָס האָט אומגעבראַכט די 10 יונגע לײַט
Getty Images
דאָס אָרט לעבן דעם ים־המלח וווּ שווערע רעגנס האָבן גורם געווען די פֿאַרפֿלייצונג וואָס האָט אומגעבראַכט די 10 יונגע לײַט

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 27, 2018.

די ישׂראלדיקע פּאָליציי האָט אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג, צו דערגיין צי די אָרגאַניזירער פֿון דער עקסקורסיע, וואָס האָט אומגעבראַכט 10 יונגע לײַט דאָנערשטיק, האָבן געזאָגט ליגנס וועגן דער זיכערהייט פֿון דער סטעשקע וואָס זיי האָבן גענומען.

די 9 מיידלעך און 1 בחור זענען אומגעקומען ווען שווערע רעגנס האָבן גורם געווען אַ פֿאַרפֿלייצונג. זיי זענען געווען טייל פֿון אַ גרופּע פֿון 25 סטודענטן אויף אַן עקסקורסיע אָרגאַניזירט פֿון דער אַקאַדעמיע.

פֿרײַטיק זענען דער דירעקטאָר פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער מיליטערישער צוגרייטונג־אַקאַדעמיע „בני ציון‟, יובֿל כּהן, און דער וועגווײַזער פֿון דער גרופּע, אַבֿיבֿ בראַדיטשיוו, אַרעסטירט געוואָרן, אויף דער באַשולדיקונג פֿון מאָרד צוליב פֿאַרנאַכלעסיקייט, צוליב זייער נישט פֿאָלגן די וואָרענונגען וועגן געפֿערלעכע פֿאַרפֿלייצונגען דרום פֿונעם ים־המלח און פֿאַר נישט האָבן אַנולירט די עקסורסיע, נישט געקוקט אויף די וואָרענונגען פֿונעם וועטער־ביוראָ, האָט די פּאָליציי געזאָגט.

אַ טעקסט־שמועס וואָס מע האָט פּובליקירט אין דער ישׂראלדיקער מעדיאַ האָט ציטירט איינע פֿון די באַטייליקטע אין דער עקסקורסיע, זאָגנדיק: „איך קען נישט גלייבן אַז איך מוז אַרויסגיין אין אַזאַ וועטער. ס׳איז נישט שׂכלדיק אַז מיר זאָלן דאַרפֿן גיין אויף אַזאַ אָרט וווּ מע וואָרנט וועגן פֿאַרפֿלייצונגען. זיי שפּילן זיך מיט אונדזער גורל, מיר וועלן זיכער שטאַרבן. כ׳מיין עס ערנסט.‟

נײַן פֿון די קערפּערס האָט מען געפֿונען דאָנערשטיק און דעם צענטן האָט מען געפֿונען פֿרײַטיק אין דער פֿרי. פֿרײַטיק האָט מען דורכגעפֿירט די לוויות פֿאַר זיבן פֿון זיי.