„פֿאָרווערטס‟ לאָזט אַרויס ספּעציעלן נומער געווידמעט ירושה־זאַכן

Forverts Releases Special Heirlooms Issue


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 27, 2018.

אַבאָנירט זיך אויפֿן „פֿאָרווערטס‟ הײַנט

די סאָציאָלאָגן מיינען שוין לאַנג, אַז די מענטשן וואָס האָבן אַ פֿעסטע אידענטיטעט ווי אַ מיטגליד פֿון אַ שבֿט, עטנישער גרופּע אָדער אַפֿילו אַ גרויסער משפּחה, זענען געוויינטלעך מער צופֿרידן און פּסיכאָלאָגיש געזינטער ווי אַנדערע. אין איר עדיטאָריאַל אינעם מײַ נומער „פֿאָרווערטס,‟ דערציילט שׂרה־רחל שעכטער טאַקע וועגן אַ פּסיכאָלאָגישער שטודיע דורכגעפֿירט אין 2001, וואָס באַשטעטיקט דעם פֿענאָמען, און עצהט די לייענער זיי זאָלן אַליין דערציילן זייערע קינדער און אייניקלעך וועגן דער משפּחה־געשיכטע.

איין אופֿן ווי אַזוי אַ סך מענטשן אידענטיפֿיצירן זיך מיט דער משפּחה־געשיכטע איז דורך די חפֿצים, וואָס זייערע אָבֿות האָבן זיי איבערגעגעבן בירושה. אינעם מײַ נומער „פֿאָרווערטס‟ דערציילן 21 ייִדן וועגן אַ ירושה־זאַך, וואָס איז זיי ספּעציעל ליב. די באַשרײַבונגען — פֿון טאָגביכער, פֿאָטאָגראַפֿיעס, טישטעכער, לײַכטער, קידושין־רינגלעך און אַפֿילו אַ בילד וואָס שילדערט ווי זעצער און דרוקער גרייטן צו דעם „פֿאָרווערטס,‟ — זענען צומאָל הומאָריסטיש, צומאָל רירנדיק און צומאָל טראַגיש. אַלע מעשׂיות גיבן אָבער איבער אַ פֿילפֿאַרביק בילד סײַ פֿון די אינדיווידועלע משפּחה־געשיכטעס, סײַ פֿון די גרויסע היסטאָרישע געשעענישן (אימיגראַציע, דעם חורבן, פּאָגראָמען אאַז״וו) וואָס האָבן אויף אייביק געענדערט די ייִדישע וועלט. דורכן באַקוקן די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די פֿאַרשידענע ירושה־זאַכן קען מען באַקומען אַ געפֿיל פֿון די מענטשן, וואָס האָבן זיי אַמאָל פֿאַרמאָגט און פֿון דער וועלט, פֿון וועלכער זיי זענען געקומען.

אַחוץ דער ספּעציעלער בײַלאַגע געווידמעט ירושה־זאַכן נעמט דער נומער אַרײַן ד׳׳ר יחיאל שיינטוכס פּרטימדיקן ליטעראַרישן אַנאַליז וועגן דעם צי מע זאָל אפֿשר באַטראַכטן חיים גראַדע ווי דער „פֿערטער קלאַסיקער‟ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אינעם אַרטיקל דערקלערט ד׳׳ר שיינטוך ווי גראַדעס באַשרײַבונג פֿונעם פֿרומען ייִדישן לעבן אין ווילנע גיט זײַנע ווערק אַ פּערספּעקטיוו וואָס מע זעט נישט בײַ די אַנדערע ווילנער שרײַבער.

אין דער נײַעס־סעקציע דערקלערט ברכה פֿינקעלשטיין ווי אַזוי מע האָט כּמעט צוגעטיילט אַ פּרעמיע לזכר יאַן קאַרסקי, איינעם פֿון די חסידי אומות העולם, צו אַ פּוילישער היסטאָריקערין וואָס באַשולדיקט די ייִדן אין קאָלאַבאָרירן מיט די נאַציס.

אין אַ ספּעציעלן בריוו פֿון וואַרשע דערציילט שמואל נאָריך, דער פּרעזידענט פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע ווי אַזוי קינדער פֿון אַמאָליקע וואַרשעווער געטאָ־קעמפֿער האָבן אָפּגעוואָרפֿן די דערקלערונגען פֿונעם פּוילישן פּרעזידענט וועגן דער באַציִונג צווישן דער פּוילישער אונטערערדישער באַוועגונג און די ייִדישע אויפֿשטענדלער.

און אַזוי ווי שטענדיק, נעמט דער נײַער נומער אויך אַרײַן די לעצטע ידיעות פֿון דער ייִדיש־וועלט, ביכער־רעצענזיעס, נײַע ייִדישע ליטעראַטור און ד׳׳ר שלום בערגערס מעדיצינישער רובריק. כּדי צו באַקומען אַלע נומערן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ קען מען זיך אַבאָנירן דורך אונדזער וועבזײַט. מע קען אויך פֿאַרזיכערן אַז מע באַקומט אַלע אַרטיקלען וואָס דערשײַנען אויף דער וועבזײַט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ דורכן פֿאַרשרײַבן זיך אויף אונדזער טעגלעכן בולעטין, וואָס איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.