געזוכט: קאַריקאַטורן וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור

Original Cartoons About Yiddish Language and Culture Sought

Boris Erenburg

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published May 01, 2018.

די „נאַציאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון קאַריקאַטוריסטן און קאָמיקס־קינסטלער‟ אין ישׂראל האָט לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט עטלעכע אומדערוואַרטע קאָמיקס אויף זייער „פֿייסבוק‟־זײַטל — צייכענונגען פֿון ייִדישע ווערטער און אידיאָמען. מה זה?

אַ דאַנק אַ סובסידיע פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אָרגאַניזירט מען אַן אויסשטעלונג „ייִדישפּיץ‟ פֿון אָריגינעלע קאָמיקס און קאַריקאַטורן וועגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. די „נאַציאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון קאַריקאַטוריסטן‟ בעט אירע מיטגליגער, ווי אויך די קאַריקאַטוריסטן אין אויסלאַנד, אַרײַנצושיקן צייכענונגען, וואָס שילדערן פּיקאַנטע ייִדישע אידיאָמען, וויצן, און קללות, ווי אויך קאָמיקס וואָס גיבן איבער די געשיכטע פֿון אַ באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער צי ליטעראַריש ווערק. דער קול־קורא לייגט פֿאָר אַ ריי מעגלעכקייטן: שלום־עליכם, מענדעלע, ש. אַן־סקי, יעקבֿ גאָרדאָן, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, דוד פּינסקי, קאַדיע מאלאָדאָווסקי, איציק מאַנגער, מרדכי געבירטיג, דזשיגאַן און שומאַכער און אַבֿרהם סוצקעווער. מע נעמט אויך אָן קאָמיקס וואָס שילדערן אַרכעטיפּן, ווי „ייִדל מיטן פֿידל.‟

אין אַ בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס‟ האָט רחל אַחונובֿ, אַ קאַריקאַטוריסטקע וואָס קאָאָרדינירט דעם פּראָיעקט, איבערגעגעבן, אַז מע בעט קונסטווערק אין פֿיר קאַטעגאָריעס:

1) קאַריקאַטורן וואָס זענען אינספּירירט פֿון ייִדישע אידיאָמען און שפּריכווערטער.

2) קאַריקאַטורן אינספּירירט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

3) קאָמיקס וועגן דער ייִדישער קולטור אָדער קולטור־געשיכטע.

4) אילוסטראַציעס וואָס באַגלייטן נײַע קינדער־ביכער וועגן דער ייִדישער קולטור אָדער איבערזעצונגען פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע קינדער־ביכער.

אין צוזאַמענהאַנג מיט דער אויסשטעלונג, „ייִדישפּיץ,‟ וועט מען אַרויסגעבן אַ צוויי־שפּראַכיקן (ייִדיש־העברעיִשן) קאַטאַלאָג.

מע וועט קענען אַרײַנשיקן קאַריקאַטורן אָדער קאָמיקס ביזן 15טן יוני.

נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט נמרוד רשף, דעם פֿאָרזיצער פֿון דער „נאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון קאַריקאַטוריסטן און קאָמיקס־קינסטלער‟ אין ישׂראל:isracartoon@gmail.com