פֿאַרכאַפּנדיקער מאָסקווער קאָסמאָס־מוזיי עפֿנט זיך ווידער

Fascinating Moscow Space Museum Has Re-Opened

דער נײַער מאָסקווער קאָסמאָס־מוזיי – אין דרויסן
vdnh.ru
דער נײַער מאָסקווער קאָסמאָס־מוזיי – אין דרויסן

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 01, 2018.

דעם 12טן אַפּריל האָט זיך אין מאָסקווע געעפֿנט פֿון ס׳נײַ דער קאָסמאָס־מוזיי בײַ דער באַרימטער „אויסשטעלונג פֿון ווירטשאַפֿטלעכע פֿאָלקס־דערגרייכונגען‟. אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע האָבן זיך באַטייליקט דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, דער מאָסקווער מעיאָר סערגיי סאָביאַנין און אַ צאָל אַסטראָנויטן — אָדער קאָסמאָנויטן, ווי מע רופֿט זיי אין רוסלאַנד.

צווישן די חשובֿע געסט איז געווען וואַלענטינאַ טערעשראָוואַ, די ערשטע פֿרוי־אַסטראָנויטקע אין דער וועלט און די איינציקע, וואָס איז געפֿלויגן אין קאָסמאָס אַליין, אָן קיין שותּפֿים, אינעם יאָר 1963. איצט אַן 81־יאָריקע, בלײַבט זי אַקטיוו אינעם פּאָליטישן און סאָציאַלן לעבן פֿונעם לאַנד.

להיפּוך צום אָפֿיציעלן סאָוועטישן נאָמען, שטעלט די „אויסשטעלונג פֿון ווירטשאַפֿטלעכע פֿאָלקס־דערגרייכונגען‟ מיט זיך פֿאָר נישט בלויז אַן אויסשטעלונג, נאָר אַ ריזיקן פּאַרק־קאָמפּלעקס פֿון מוזייען, כּלערליי אויסשטעלונגען, פֿאַרווײַל־צענטערס און הונדערטער אַנדערע בנינים, ווי אויך אַ גאַנצע ריי וועלט־באַרימטע דענקמעלער. צום בײַשפּיל, ס׳שטייט דאָרטן די סטאַטוע „אַרבעטער און קאָלווירטניצע‟, אַ קלאַסיש מאָנומענטאַל ווערק פֿון סאָוועטישער קונסט, געשאַפֿן דורך וועראַ מוכינאַ, אַ באַרימטע רוסישע סקולפּטאָרין, און באָריס יאָפֿאַן, אַ ייִד פֿון אָדעס, אינעם יאָר 1937.

אין אַ געוויסער מאָס, קאָן דער דאָזיקער צענטער פֿאַרגליכן ווערן מיטן נאַציאָנאַלן פּלאַץ אין וואַשינגטאָן, וווּ עס געפֿינען זיך אויך אַ גאַנצע ריי מוזייען פֿונעם „סמיטסאָן־אינסטיטוט‟, אַרײַנגערעכנט דעם נאַציאָנאַלן מוזיי פֿון אַוויאַציע און קאָסמאָס.

יורי גאַגאַרינס לאַנדונג־אַפּאַראַט
vdnh.ru
יורי גאַגאַרינס לאַנדונג־אַפּאַראַט

עס זענען אָבער דאָ ממשותדיקע אונטערשיידן צווישן די צוויי. אין וואַשינגטאָן, איז דער פּלאַץ געשאַפֿן געוואָרן דורך פּריוואַטע פֿירמעס, צוליב קאָמערציעלע צוועקן, נישט פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג. ס׳איז קיינמאָל נישט געווען קיין קאָנקרעטער פּלאַן, וווּ יעדער בנין און דענקמאָל זאָל שטיין.

אין מאָסקווע, פֿון דער אַנדערער זײַט, איז עס לכתּחילה געווען אַ שטרענג באַשטימטער פּראָיעקט פֿון סטאַלינס 1930ער יאָרן. ווען סטאַלין איז געשטאָרבן, איז עס נאָך אַלץ געבליבן אַ צענטראַליזירטער מלוכישער פּראָיעקט. סטאַלינס רעגירונג האָט צוזאַמענגערופֿן די בעסטע קינסטלער און אַרכיטעקטן אינעם לאַנד.

ווי אַ רעזולטאַט, איז עס טאַקע שענער ווי דער “נאַציאָנאַלער מאָל”, ענלעך צו די צאַרישע פּאַרקן אין רוסלאַנד. די שיינקייט איז אָבער געשאַפֿן געוואָרן דורך אַ טאָטאַליטאַרישן רעזשים.

ווען איך האָב צום ערשטן מאָל באַזוכט דעם אויסשטעלונג־צענטער אין מאָסקווע, אינעם יאָר 1995 אָדער 1996, האָט מיך שטאַרק אַנטוישט, אַז דעם גרויסן קאָסמאָס־מוזיי האָט מען פֿאַרוואַנדלט אין אַן אײַנקויף־צענטער. ווי ס׳רובֿ סאָוועטישע קינדער, האָב איך געחלומט אַמאָל צו ווערן אַ קאָסמאָנויט אָדער כאָטש צו זען אַן ערנסטן מוזיי פֿון קאָסמאָנויטיק.

דער נײַער מאָסקווער קאָסמאָס־מוזיי – אינעווייניק
vdnh.ru
דער נײַער מאָסקווער קאָסמאָס־מוזיי – אינעווייניק

אין 2013 איז דער קאָמפּלעקס אַריבער צו דער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע, וועלכע האָט אָנגעהויבן אַ גרויס־מאַסשטאַביקן רעמאָנט. דער גאַנצער קאָמפּלעקס, זײַענדיק שוין גאַנץ אַלט, האָט דערצו געליטן פֿון צווייפֿלהאַפֿטיקע קאָמערציעלע פֿירמעס, וואָס האָבן במשך פֿון יאָרן געפּראַוועט דאָרטן הפֿקר.

דעם 12טן אַפּריל, ווען דער מוזיי האָט זיך ווידער געעפֿנט, מערקט מען אָפּ אין רוסלאַנד דעם „טאָג פֿון קאָסמאָנויטיק‟. דאָס איז די דאַטע, ווען יורי גאַגאַרין האָט דורכגעמאַכט זײַן ערשטן קאָסמאָס־פֿלי אינעם יאָר 1962. דער אַפּאַראַט, אין וועלכן ער האָט זיך בשלום אומגעקערט אויף דער ערד, איז זיכער איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע עקספּאָנאַטן אינעם מוזיי. סוף־כּל־סוף, קאָן מען עס ווידער דאָרטן זען. אַן אַנדער גאָר אינטערעסאַנטער אָביעקט איז אַ ריזיקער פֿולמעסיקער מאַקעט פֿון דער אָרביטאַלער סטאַנציע „מיר‟.

אַחוץ פֿאַרשיידענע קאָסמאָס־אַפּאַראַטן, ראַקעטן, כּלערליי מכשירים, וואָס ווערן באַנוצט בעת קאָסמישע נסיעות און אַנדערע אָביעקטן, דערציילט דער מוזיי וועגן דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון קאָסמישער אינדוסטריע, ביאָגראַפֿיעס פֿון סאָוועטישע און רוסלענדישע קאָסמאָנויטן און וועגן דער מעגלעכער צוקונפֿט פֿון נסיעות צו אַנדערע פּלאַנעטן. אַחוץ פֿאַרשיידענע טעכנישע מכשירים, געפֿינען זיך אינעם מוזיי טויזנטער אוניקאַלע דאָקומענטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס און אַנדערע אַרכיוו־מאַטעריאַלן. זייער אַ וויכטיקן טייל פֿאַרנעמט דער בילדונג־אָפּטייל פֿאַר קינדער, וווּ מע וועט דורכפֿירן פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער בנין גופֿא, וווּ דער מוזיי געפֿינט זיך, איז אַ גאָר וויכטיקער עקספּאָנאַט פֿון סאָוועטישער געשיכטע. מיט זײַן הויכן 60־מעטערדיקן קופּאָל און דעם פּרעכטיקן אַרקע־פּאָרטאַל, איז ער באַקאַנט שוין דרײַ דורות די מאָסקווער תּושבֿים ווי אַ טייל פֿונעם נאַטירלעכן שטאָטישן לאַנדשאַפֿט.

דער נײַער מאָסקווער קאָסמאָס־מוזיי – אינעווייניק
vdnh.ru
דער נײַער מאָסקווער קאָסמאָס־מוזיי – אינעווייניק

דעם פּלאַן אויפֿצושטעלן אַן אויסשטעלונג־צענטער האָט די סאָוועטישע רעגירונג אָנגעהויבן נאָך אין 1934. נישט אַלץ איז אָבער געגאַנגען גלאַטיק. אינעם פֿינצטערן יאָר 1937 איז סטאַלינס רעגירונג געוואָרן אומצופֿרידן, אַז די אַרבעט איבערן פּראָיעקט גייט אָן צו פּאַמעלעך. דרײַ מיטגלידער פֿונעם אויסשטעלונג־קאָמיטעט – אַהרון גײַסטער, יעקבֿ זבאַרסקי און משה קלמנאָוויטש – זענען אַרעסטירט און דערשאָסן געוואָרן, כּלומרשט פֿאַרן סאַבאָטאַזש. דעם הויפּט־אַרכיטעקט, וויאַטשעסלאַוו אָלטאַרזשעווסקי, האָט מען פֿאַרשיקט אין דער אַרקטישער שטאָט וואָרקוטאַ.

שפּעטער, האָט מען איבערגעטראַכט דעם פּלאַן. די אַרכיטעקטן וויקטאָר אַנדרעיעוו, איוואַן טאַראַנאָוו און נאַדעזשדאַ ביקאָוואַ האָבן צוגעטראַכט דעם חידושדיקן גרויסן פּאַוויליאָן „מעכאַניזאַציע‟, אויפֿגעשטעלט אין 1938־1939.

נאָך דער מלחמה, האָט מען באַשלאָסן צו רעקאָנסטרויִרן דעם פּאַוויליאָן. לויטן בוך „דאָס אַכטע וווּנדער אין דער וועלט‟ פֿון אָלגאַ זינאָוויעוואַ, געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם מאָסקווער אויסשטעלונג־צענטער, האָט מ. לימאַנאָווקסי אָנגעפֿירט מיטן רעקאָנסטרוקציע־פּראָיעקט, און ג. גאָרדאָן געשאַפֿן דעם ריזיקן גלעזערנעם קופּאָל. צום באַדויערן, איז ווייניק באַקאַנט וועגן די דאָזיקע אינזשענירן. לויט אַנדערע קוואַלן, האָט מיט דער רעקאָנסטרוקציע אָנגעפֿירט גריגאָרי לימאַנאָווקסי, וועלכער האָט אויך קאָנסטרויִרט דעם 170־מעטערדיקן „וואָלקן־קראַצער‟ פֿאַרן סאָוועטישן מיניסטעריום פֿון אויסערן־ענינים — זייער אַ באַקאַנטער מאָסקווער בנין. בראָש מיטן סקולפּטאָר סערגיי אָרלאָוו, האָבן דעם פּאַוויליאָן באַצירט אַ גאַנצע ריי באַקאַנטע קינסטלער: אַנאַטאָלי אַנטראָפּאָוו, שאול ראַבינאָוויטש, אליהו סלאָנים און ניקאָלײַ שטאַם.

אין 1967 איז דער פּאַוויליאָן, לכתּחילה געווידמעט דער מאַשין־בויערײַ, פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ גרויסער מאָס דער טעמע פֿון קאָסמאָס. ווי באַלד די קאָסמישע נסיעות זענען פֿאַר ס׳רובֿ באַזוכער געווען צום מערסטן אינטערעסאַנט, איז ער זינט דעמאָלט געוואָרן באַקאַנט ווי דער קאָמסאָס־מוזיי.

דער מאַקעט פֿון דער אָרביטאַלער סטאַנציע „מיר‟
vdnh.ru
דער מאַקעט פֿון דער אָרביטאַלער סטאַנציע „מיר‟

ווען דער פֿריִער דערמאָנטער אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלער מוזיי פֿון אַוויאַציע איז אַריבערגעפֿירט געוואָרן אינעם נײַעם בנין, אין 1976, האָט מען דאָרטן אויך געשטעלט דעם טראָפּ אויפֿן קאָסמאָס. עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט און באַלערנדיק אויסצוגעפֿינען, צי דער סאָוועטישער מוזיי האָט משפּיע געווען אויף זײַן אַמעריקאַנער עקוויוואַלענט.

צום באַדויערן, באַזוכן ווייניק טוריסטן — אַרײַנגערעכנט די אַמעריקאַנער — ביידע קאָסמאָס־מוזייען, אין מאָסקווע און וואַשינגטאָן. זיי וואָלטן געמעגט פֿאַרשטיין, אַז די וויסנשאַפֿט האָט אַן אַלמענטשלעכע ווערט, און אַז די מענטשן אין פֿאַרשיידענע לענדער טרוימען פֿון קאָסמאָס־נסיעות נישט בלויז צוליב פּאָליטישע פֿאַרמעסטן, נאָר צוליב זייער נײַגער און נטיה צו אַנטפּלעקן נײַע האָריזאָנטן – פֿיגוראַטיוו גערעדט, ווײַל אין קאָסמאָס זענען קיין האָריזאָנטן נישטאָ. נישט געקוקט אויף די אָנגעשרענגטע און סתּירותדיקע באַציִונגען, האָבן די לענדער אַנטוויקלט אָפֿטמאָל די זעלבע טעכנאָלאָגיעס, הגם די קאָסמאָס־תּקופֿה, ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט זיך אָנגעהויבן דווקא אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

מילא, דאַרף מען זיך מער נישט פֿילן אַנטוישט: די היסטאָרישע עוולה פֿון די 1990ער יאָרן האָט מען פֿאַרראָכטן. הײַנט איז אין דער הויפּטשטאָט פֿון רוסלאַנד פֿאַראַן זייער אַ גרויסער און באַלערנדיקער קאָסמאָס־מוזיי, איינער פֿון די גרעסטע אין דער וועלט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.