פּאַלעסטינער גרופּע אין דײַטשלאַנד פֿאַרדאַמט אַבאַס׳ חורבן־קאָמענטאַרן

German Palestinian Group Condemns Abbas's Comments about the Holocaust

GETTY IMAGES

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published May 03, 2018.

אין אַ זעלטענעם שריט האָט די הויפּט שתּדלנות־גרופּע פֿון די פּאַלעסטינער אין דײַטשלאַנד שאַרף פֿאַרדאַמט די קאָמענטאַרן פֿונעם פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, מאַכמוד אַבאַס, וועגן דעם חורבן. דער לאַבי האָט באַצייכנט די קאָמענטאַרן ווי „אַנטיסעמיטישע.‟

די „פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט אין דײַטשלאַנד‟ האָט דינסטיק געזאָגט אַז זי „שיידט זיך קאַטעגאָריש אָפּ‟ פֿון אַבאַס׳ קאָמענטאַרן.

דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ האָט מאָנטיק אין ראַמאַלאַ דערקלערט אַז די ייִדן האָבן גורם געווען דעם חורבן צוליב זייער „געזעלשאַפֿטלעכער אויפֿפֿירונג‟ ווי, למשל, דאָס דינען ווי מלווים. ער האָט אויך געזאָגט, אַז די ייִדן האָבן ניט קיין שום שײַכות צו ארץ־ישׂראל.

אַ גאַנצע ריי פּאָליטישע דעה־זאָגער אין ישׂראל און אַמעריקע — פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיִער בנימין נתניהו און דער טראָמפּ־אַדמיניסטראַציע ביז „דזשיי־סטריט‟ און די „אַמעריקאַנער חבֿרים פֿון ׳שלום עכשיו‟ האָבן פֿאַרדאַמט אַבאַס׳ קאָמענטאַרן.

אין איר דערקלערונג האָט די „פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט אין דײַטשלאַנד‟ באַצייכנט אַבאַס׳ רעדע ווי „פֿאַרפּעסטיקט מיט אַנטיסעמיטישע באַמערקונגען.‟

„צו זאָגן, אַז די ייִדן זענען אויך שולדיק אינעם חורבן איז אַ גראָטעסקע פֿאַרקריפּלונג פֿון די היסטאָרישע פֿאַקטן,‟ האָט געזאָגט די געזעלשאַפֿט. „די טענה, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט ניט קיין שײַכות צו ארץ־ישׂראל איז אויך אין גאַנצן פֿאַלש.‟

אַזאַ עפֿנטלעכע פֿאַרדאַמונג פֿון אַבאַסן דורך אַ פּראָ־פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציע אין אייראָפּע איז כּמעט אָן פּרעצעדענט. עס ווײַזט, אַ פּנים, אַז די פּראָ־פּאַלעסטינער גרופּעס אין די מערבֿדיקע לענדער ווערן אומבאַקוועם מיט אַבאַס׳ רייד וואָס ווערט לעצטנס אַלץ עקסטרעמער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.