טמא, אָבער הייליק

Impure, But Holy

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 03, 2018.

אונדזער פּרשה הייבט זיך אָן מיטן איסור פֿאַר די כּהנים אָנצורירן אַ מת אָדער זיך צו דערנענטערן אויף געוויסע אופֿנים צו די טויטע. ווי ס׳איז באַקאַנט, טאָר נישט אַ כּהן באַזוכן אַ בית־עולם אָדער זיך געפֿינען אין אַ שטוב, וווּ עס ליגט אַ ניפֿטר.

אין דער תּורה פֿאַרנעמען די פּרטים פֿונעם איסור בלויז פֿיר פּסוקים; עס ווערט דערקלערט, אַז בלויז צו זײַנע זיבן נענטסטע פֿאַרשטאָרבענע קרובֿים מעג אַ כּהן זיך צורירן; ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז על־פּי הלכה דאַרף ער דווקא קומען אויף זייער לוויה און קבֿורה. אין דער גמרא־מסכתּא „פּסחים‟ ווערט דערציילט, אַז ווען איינער אַ כּהן האָט זיך אָפּגעזאָגט צו גיין אויף זײַן ברודערס לוויה ווײַל ער איז ניפֿטר געוואָרן ערבֿ־פּסח — דער טאָג, ווען די כּהנים זענען געווען באַזונדערס פֿאַרנומען מיט זייער עבֿודת־הקרבנות — האָט מען אים גענייט זיך מטמא צו זײַן.

הגם דער איסור קלינגט פּשוט, טרעפֿן זיך פֿאַרשיידענע סיטואַציעס, צומאָל גאָר קאָמפּליצירטע, וואָס רופֿן אַרויס חידושדיקע שאלות און נישט ווייניק חידושדיקע תּשובֿות פֿון גרויסע פּוסקים. למשל, אַ טייל כּהנים באַנוצן זיך נישט מיט געוויסע אַוויאַ־ליניעס, אויב דער מאַרשרוט פֿונעם עראָפּלאַן גייט איבער אַ בית־עולם. על־פּי הלכה, פֿאַרשפּרייט זיך די טומאת־מת אויף דער ווערטיקאַלער ריכטונג ביזן הימל. אַ טייל פּוסקים זענען אָבער מקיל, ווײַל דער עראָפּלאַן איז פֿון אונטן פֿאַרמאַכט און „בלאָקירט‟ אַזוי אַרום די טומאה. פֿאָרט, באַטראַכט מען עס ווי אַן ערנסטע פּראָבלעם. ספּעציעלע „טומאה־בלאָקן‟ בויט מען אָפֿט אויף די הײַנטיקע בית־עולמס, צומאָל מיט גרויסע קונצן, בפֿרט איבער פּאָפּולערע קבֿרי־צדיקים.

פֿון דער צווייטער זײַט, שטייט אין די קבלה־ספֿרים געשריבן, אַז צדיקים זענען נאָך זייער פּטירה נישט מטמא. נישט דער מלאך־המוות נעמט זיי אַוועק פֿון דער וועלט, נאָר די הייליקע שכינה „קושט‟ זיי בעת זייער פּטירה. אַפֿילו דאָס עצם־וואָרט „פּטירה‟ ווערט אין אַזאַ פֿאַל אויסגעמיטן; בעת זייער „הסתּלקות‟, ווערן צדיקים באַהאַלטן פֿון אונדזערע אויגן, בלײַבנדיק פֿאָרט אַפֿילו נאָך לעבעדיקער, ווי בעת זייער גשמיותדיק לעבן.

אַ קלאַסישער בײַשפּיל איז דער באַרימטער קבֿר פֿון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון, וווּ יעדעס יאָר, ל״ג־בעומר — וואָס איז, אַגבֿ, אויסגעפֿאַלן דעם דאָנערשטיק — פֿאַרזאַמלען זיך הונדערטער טויזנטער ייִדן צו פּראַווען זײַן יאָרצײַט. מע באַטראַכט עס דווקא ווי אַ שׂימחה, ווײַל מע גלייבט, אַז דער דאָזיקער צדיק, מיט וועלכן עס ווערט אַסאָציִיִרט דער ספֿר־הזוהר און קבלה בכלל, האָט גובֿר געווען די גרענעצן פֿון עולם־הזה. ס׳רובֿ הײַנטיקע פֿרומע ייִדן גלייבן, אַז למעשׂה פּסקנט מען נישט אַזוי. דער רמב״ן און אַ צאָל אַנדערע ראשונים האָבן אָבער אַזוי געהאַלטן — ס׳זעט אויס, ווי אַ פּראַקטישע הלכה. מע ווייסט אויך, אַז מיט דרײַ דורות צוריק האָבן אַ סך ייִדן געגלייבט, אַז די קבֿרי־צדיקים זענען נישט מטמא. ווי אַ פּשרה, האָט מען אין די הײַנטיקע בית־עולמס אויפֿגעשטעלט די דערמאָנטע ספּעציעלע קאָנסטרוקציעס פֿאַר די כּהנים. מען ווייסט דאָך, אַז טמא צי נישט, אַנטפּלעקט זיך אַ גרויסע קדושה אַרום די קבֿרי־צדיקים — און אַפֿילו אין דער גאַנצער אַרומיקער געגנט.

דאָס מחלוקת וועגן דעם סטאַטוס פֿון קבֿרי־צדיקים האָט אַ שײַכות צו אַ געוויסן וויכטיקן אונטערשייד צווישן מאָדערנע ראַציאָנעל טראַכטנדיקע ייִדן — און חסידים אָדער קבלה־געשטימטע ספֿרדים. לויט דעם רמב״ם, באַשטייט דער חילוק צווישן צדיקים און רשעים בלויז אין דער פּראָפּאָרץ פֿון מיצוות און עבֿירות. אויב עמעצער זינדיקט זעלטן, איז ער אַ צדיק, אויב פֿאַרקערט — אַ רשע.

אינעם קלאַסישן חסידישן ספֿר „תּניא‟ ווערט דעם רמב״מס צוגאַנג סיסטעמאַטיש קריטיקירט און אָפּגעוואָרפֿן. דער מחבר באַטאָנט, אַז אַפֿילו ווען מע טוט קיינמאָל נישט קיין עבֿירות, בלײַבט מען בלויז אַ בינוני — ערגעץ אין מיטן צווישן דעם צדיק און אַ רשע. אַן אמתער צדיק האָט נישט קיין יצר־הרע אינעם געוויינטלעכן זין און איז שטענדיק פֿאַראייניקט מיטן אייבערשטן. דער ערשטער טייל פֿון „תּניא‟ הייסט „ספֿר של בינונים‟, ווײַל דער־אָ ענין פֿאַרנעמט דאָרטן אַ צענטראַל אָרט.

הגם דער דאָזיקער ספֿר איז פֿאַרבונדן מיט חב״ד, איז ער באַקאַנט ווי זייער אַ הייליקער אין אַלע חסידישע קרײַזן. אין יעדער סאַטמאַרער שיל, למשל, קאָן מען געפֿינען אַ „תּניא‟. נישט אַלע חסידים זענען מסכּים מיט דער שטרענגער שיטה, אַז אַפֿילו פֿאַר איין עבֿירה ווערט מען שוין פֿאַררעכנט פֿאַר אַ רשע, אָבער די חסידישע ספֿרים זענען פֿול מיטן לויבן און דערקלערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים די געטלעכע מעלות פֿון צדיקים.

הרבֿ דוד בערגער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, האָט אָנגעשריבן אַ שאַרף פּאָלעמיש בוך קעגן דער משיחיסטישער באַוועגונג בײַ די ליובאַוויטשער. צווישן אַנדערע אַרגומענטן טענהט ער, אַז לויטן לעצטן ליובאַוויטשער רבין איז אַ צדיק „מהות ועצמות, ווי ער האָט זיך אַרײַנגעשטעלט אין אַ גוף‟. אין דער חסידישער פֿילאָסאָפֿישער טערמינאָלאָגיע איז „מהות ועצמות‟ דער טײַטש גאָט אַליין. אין דער אמתן, האָט די פֿראַזע געזאָגט, און דווקא אויף ייִדיש – דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן.

מצד בערגערס מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן קוקווינקל איז פֿאַרשטענדלעך, אַז פֿאַר אים קלינגט אַזאַ אויסדרוק סקאַנדאַליעז. אין דער אמתן, זענען ענלעכע און נאָך מער ראַדיקאַלע אויסדרוקן גענוג ברייט פֿאַרשפּרייט אין די עלטסטע ספֿרי־חסידות, וואָס האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט חב״ד. פֿון אָנהייב אָן האָבן די מתנגדים געטענהט, אַז די חסידים „פֿאַרגעטלעכן‟ זייערע רביים.

פֿונעם חסידישן קוקווינקל, איז אין דעם נישטאָ קיין עבֿודה־זרה. דער אייבערשטער געפֿינט זיך איבעראַל און די גאַנצע וועלט איז אַ געטלעכע אַנטפּלעקונג. געוויינטלעך זעען מיר עס נישט, אָבער בײַ צדיקים זעט מען עס יאָ. דערפֿאַר מעג מען זאָגן, אַז געטלעכקייט „שטעלט זיך אַרײַן‟ דווקא אין די צדיקים.

פֿרעגט זיך אָבער אַן אינטערעסאַנטער קשיא. מיט צוויי וואָכן צוריק האָבן מיר געלייענט וועגן דעם טויט פֿון נדבֿ און אַבֿיהוא. די חסידישע ספֿרים באַטאָנען, אַז הגם זיי האָבן געמאַכט אַ גרויסן טעות און זענען צוליב דעם אומגעקומען, בלײַבן זיי פֿאָרט צדיקים. די וואָרענונג פֿאַר די כּהנים נישט אָנצורירן די טויטע, מיט וועלכער עס הייבט זיך אָן די הײַנטיקע פּרשה, איז פֿאַרבונדן מיטן דאָזיקן טראַגישן געשעעניש. באַקומט זיך, אַז אין דעם פֿאַל האָבן די גופֿים פֿון צוויי „באַשטעטיקטע‟ צדיקים זענען טמא געוואָרן. אויפֿן ערשטן בליק, קומט עס אין סתּירה מיט דער דערמאָנטער מיסטישער שיטה.

מע קאָן זאָגן, אַז בײַ די צדיקים זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע מדרגות; בלויז די גרעסטע פֿון זיי טראָגן אין זיך נאָכן טויט נישט קיין טומאה. מע קאָן עס אָבער מסביר זײַן אויף אַ טיפֿערן אופֿן. אונדזער פּרשה הייסט „אמור‟ — זאָג. דער אייבערשטער האָט „געזאָגט‟ משה רבינו, ער זאָל „אָנזאָגן‟ די כּהנים, „זאָגנדיק‟ אַז זיי טאָרן נישט אָנרירן קיין טויטן. דרײַ מאָל ווערן איבערגעחזרט אין דער תּורה די זעלביקע ווערטער: זאָגן, זאָגן, זאָגן.

להיפּוך, האָבן נדבֿ און אַבֿיהוא אַנטפּלעקט דעם אייבערשטן אין דער וועלט אויף אַן אויסטערלישן גראָטעסקן אופֿן: אַראָפּגעבראַכט אויף זיך אַ געטלעך פֿײַער און זענען אַליין אומגעקומען. קאָן זײַן, אַז אין אַזאַ פּאַראַדאָקסישן פֿאַל שטעקט זיכער אַ טומאה; נישט די שכינה האָט זיך „געקושט‟, אָבער זיי אַליין האָבן זיך פֿאַרברענט. להיפּוך, אַנטפּלעקן די עכטע גרויסע צדיקים דאָס געטלעכע ליכט אין דער וועלט נישט מיט אַזעלכע טויטלעכע קונצן, חלילה, נאָר מיט זייערע ווערטער און מעשׂים־טובֿים. דערפֿאַר הייסט די תּורה „אמור‟ — רעדט און טראַכט, וועט איר געפֿינען דאָס געטלעכע פֿײַער אין אײַער אייגענער נשמה.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.