ווידעאָ: אויפֿרײַס בײַ ל׳׳ג בעומר־פֿײַער צוליב סמאַרטפֿאָנען

Video: Smartphones Cause Explosion at Lag B'Omer Bonfire

Hatzolah/Twitter

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 03, 2018.

[דערהײַנטיקונג: די אָרגאַניזירער פֿונעם פֿײַער האָבן געזאָגט אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע אַז ניט די טעלעפֿאָנען, נאָר אַ געוויסע פֿליסיקייט, וואָס מע האָט גענוצט צו פֿאַרשטאַרקן דאָס פֿײַער, האָט גורם געווען דעם אויפֿרײַס.]

אַ חסידישער רבֿ אין לאָנדאָן האָט באַוויזן אַז די סמאַרטפֿאָנען זענען טאַקע געפֿערלעך, נאָר אפֿשר ניט צוליב די סיבות וואָס ער האָט געמיינט.

בײַ אַ ריזיקן ל׳׳ג בעומר־פֿײַער אָדער „מדורה‟ אין סטענפֿאָרד־היל, לאָנדאָן, האָט אַ חסידישער רבֿ געגעבן אַ דבֿר־תּורה, אין וועלכער ער האָט געשילדערט די גרויסע געפֿאַרן פֿון די סמאַרטפֿאָנען. ער האָט געבעטן דעם עולם, מע זאָל לייגן די טמאדיקע סמאַרטפֿאָנען אין פֿײַער אַרײַן, מע זאָל סײַ סימבאָליש, סײַ בוכטשעבלעך, פּטור ווערן פֿון זיי. עטלעכע חסידים האָבן אַרײַנגעוואָפֿן זייערע טעלעפֿאָנען אָבער כאָטש איינער האָט פֿאַרגעסן אַרויסצונעמען די באַטעריע, וואָס האָט גורם געווען אַ דראַמאַטישער אויפֿרײַס. 30 מענטשן וואָס זענען געשטאַנען דערבײַ האָבן אָדער זיך שטאַרק אָפּגעבריט, אָדער זענען צעטראָטן געוואָרן מיט די פֿיס פֿון די, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם פֿײַער. די אָרטיקע „הצלה‟־אַמבולאַנסן האָבן אַריבערגעפֿירט עטלעכע אין שפּיטאָל. צום גליק זענען אַלע וווּנדן געווען לײַכטע.

דער אינצידענט אין סטעמפֿאָרד־היל איז ניט געווען דער איינציקער, אין וועלכן ייִדן האָבן געמאַכט אַ „מדורה‟ אויף אַן אומזיכערן אופֿן. אין ישׂראל האָבן די אָרטיקע פֿײַערלעשער־אינסטאַנצן געהאַט געבעטן דעם עולם, מע זאָל ניט מאַכן קיין ל׳׳ג־בעומר־פֿײַער צוליב דער גרויסער טריקעניש און שטאַרקע ווינטן וואָס בושעווען לעצטנס אין לאַנד. אַ סך מענטשן האָבן דווקא ניט געפֿאָלגט די דאָזיקע עצה. צום גליק האָבן די פֿײַערס ניט גורם געווען קיין שׂרפֿות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.