די פּאָפּולערסטע ישׂראלדיקע נעמען האָבן ניט קיין ייִדישן טעם

The Most Popular Israeli Names Aren't Very Jewish

Getty Images

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 07, 2018.

נישט לאַנג צוריק האָט זיך ווידער פֿאַרשפּרייט אין דער פּרעסע דער חידוש, אַז דער פּאָפּולערסטער נאָמען אין ארץ־ישׂראל איז מוחמד – דער נבֿיא פֿון איסלאַם.

יעדעס יאָר, לויט דער ישׂראלדיקער סטאַטיסטיק, באַקומט זיך דער זעלביקער רעזולטאַט. ווען הרבֿ עובֿדיה יוסף איז ניפֿטר געוואָרן, אין 2013, האָבן אַ סך ארץ־ישׂראלדיקע ספֿרדים געגעבן זייערע קינדער דעם נאָמען עובֿדיה. פֿאָרט, איז מוחמד געבליבן דער סאַמע פֿאַרשפּרייטסטער נאָמען. אַגבֿ, ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אין איראַק, וווּ הרבֿ עובֿדיה יוסף איז געבוירן געוואָרן, האָט ער לכתּחילה געטראָגן דעם טיפּישן מוסולמענישן נאָמען: אַבדולאַ יוסוף.

דער חידוש מיטן פּאָפּולערסטן ישׂראלדיקן נאָמען איז, אין דער אמתן, גאַנץ פֿאַרשטענדלעך. מער ווי 20 פּראָצענט פֿון די תּושבֿים אינעם לאַנד זענען אַראַבער. בערך צוויי דריטל צווישן זיי זענען מוסולמענער און בײַ זיי איז שטאַרק פּאָפּולער דער נאָמען פֿון זייער נבֿיא. דערפֿאַר, ווי דער Forward האָט דערציילט אין אָקטאָבער 2017, און דער „דזשויִש קראָניקל‟ מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, בלײַבט מוחמד יאָר נאָך יאָר דער פּאָפּולערסטער נאָמען אין דער ייִדישער מדינה.

פֿונעם ייִדישן קוקווינקל איז מער חידושדיק און סתּירותדיק דער פֿאַקט, אַז צווישן די אַנדערע פּאָפּולערסטע נעמען אין ארץ־ישׂראל קלינגען אַ טייל פֿון זיי פּונקט אַזוי אומייִדישלעך, ווי מוחמד. אַדרבה, די מיזרחדיקע ייִדן האָבן במשך פֿון דורות געטראָגן אַזעלכע נעמען, ווי אַלי, פֿאַטימאַ, אַבדולאַ און כאַסאַן. בלויז מוחמד איז געווען „רעזערווירט‟ פֿאַר די מוסולמענער. וואָס זענען די אַנדערע פּאָפּולערע ישׂראלדיקע נעמען? בײַ ייִנגלעך און מענער: יוסף, נועם, דוד, אורי, אריאל, איתן, דניאל, איתי און יונתן. בײַ מיידלעך און פֿרויען: תּמר, נועה, אַבֿיגיל, מאַיה, יעל, אַדל, שירה, שׂרה, אַילה און טליה.

מוחמד איז, סוף־כּל־סוף, טאַקע אַ טראַדיציאָנעלער נאָמען. אינעם 7טן יאָרהונדערט האָט אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער סאַודישער אַראַביע געוווינט אַ מענטש, וועלכער האָט דערקלערט, אַז ער איז אַ שליח פֿונעם אייבערשטן. מיליאָנען מענטשן האָבן אים געפֿאָלגט און זינט דעמאָלט גיבן זיי זייערע קינדער דעם נאָמען פֿון זייער נבֿיא. חשובֿ און פֿאַרשטענדלעך.

תּמר איז געווען די שנור פֿון יהודה, איינער פֿון יעקבֿ אָבֿינוס זין. זײַענדיק אַן אַלמנה, האָט זי זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ זונה, איבערגערעדט איר געוועזענעם שווער מיט איר איבערצושלאָפֿן, און געהאַט פֿון אים אַזוי אַרום צוויי זין, פּרץ און זרח. על־פּי קבלה, איז זי געווען אַ גרויסע צדיקת און געמיינט לשם־שמים. יהודה האָט אויך נישט געזינדיקט; דער רבונו־של־עולם אַליין האָט עס גורם געווען, כּדי אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן זאָל בײַ אים געבוירן ווערן דער אורפֿאָטער פֿונעם קומענדיקן מלך־המשיח. אַזוי צי אַזוי, איז דער נאָמען תּמר נישט געווען פֿאַרשפּרייט בײַ ייִדן; אין דער פֿאָרעם טאַמאַרע, איז עס אָבער יאָ געווען און בלײַבט פֿאַרשפּרייט אין רוסלאַנד און אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער ווי אַ כּמו־ייִדישער נאָמען, אַזוי ווי גריגאָרי, באָריס און מאַרינע.

נועה איז געווען איינע פֿון צלופֿחדס טעכטער, דערמאָנט אין דער תּורה. אַבֿיגיל איז געווען דוד־המלכס דריטע ווײַב. יעל, אַן אַנדער פּאַראַדאָקסאַלע צדיקת, האָט דערהרגעט דעם כּנענישן מלך סיסראַ, אַ גרויסן שׂונא פֿון ייִדן, ווען ער איז אײַנגעשלאָפֿן אין יעלס געצעלט נאָך די אינטימע באַציִונגען מיט איר. אַ סך חסידישע און קבלהדיקע דבֿרי־תּורות זענען אָנגעשריבן וועגן איר אַקציע. צווישן די טראַדיציאָנעלע היסטאָרישע ייִדישע נעמען פֿיגורירט זי אָבער זעלטן.

מאיה איז אַן אַנדער באַקאַנטער כּמו־ייִדישער נאָמען בײַ די רוסישע ייִדן, פּונקט אַזוי ווי טאַמאַרע און מאַרינע. אויף אַלט־גריכיש האָט אַזוי געהייסן די געטין פֿון פֿרוכטבאַרקייט. לויט אַן אַנדער ווערסיע, שטאַמט דער נאָמען פֿונעם איצטיקן חודש אינעם קריסטלעכן קאַלענדאַר – מײַ.

צווישן די טרעגער פֿון די פּאָפּולערסטע מענערישע נעמען, איז נועם טשאָמסקי, דער פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר פֿון טעכנאָלאָגישן אוניווערסיטעט אין מאַסאַטשוסעטס באַקאַנט ווי אַ שאַרפֿער אַנטי־ציוניסט. איראָניש, האָט זײַן טאַטע וויליאַם, אַ באַקאַנטער מומחה אין לשון־קודש, געגעבן אים אַן אומטראַדיציאָנעלן ישׂראלדיקן נאָמען. אינעם גאַנצן תּנ״ך איז אַזאַ נאָמען בכלל נישט פֿאַראַן; נועם איז אַ קינסטלעך־געשאַפֿענע מענערישע ווערסיע פֿון נעמה. נעמי קליין, אַ באַקאַנטע קאַנאַדער אַנטי־ציוניסטקע און אַ באַגאַבטע לינקע אַקטיוויסטקע אין טאָראָנטאָ, אַ מחברטע פֿון אַ גאַנצע ריי ביכער און קינאָ־סצענאַרן אויף אַנאַרכיסטיש־קאָמוניסטישע טעמעס, טראָגט אָט־דעם ציוניסטישן פֿרוי־וואַריאַנט פֿונעם דאָזיקן נאָמען.

איתן און איתי שטאַמען פֿון תּנ״ך, אָבער זענען אויך אומטראַדיציאָנעלע און אומהיסטאָרישע נעמען. איתן איז לכתּחילה געווען באַקאַנט ווי אַ פּראָטעסאַנטיש־קריסטלעכער נאָמען. אַזוי הייסן אַ סך אַמעריקאַנער אַקטיאָרן, ספּאָרטלער און אַנדערע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן נישט געהאַט קיין שײַכות צו ייִדן.

אַז מע רעדט שוין פֿון די קריסטן, געפֿינען זיך אין די קאַטוילישע און פּראַוואָסלאַוונע קאַלענדאַרן הונדערטער זעלטענע אָדער אינגאַנצן אומבאַקאַנטע נעמען פֿון זייערע הייליקע. אין דער ייִדישער וועלט, טרעפֿט מען די גרעסטע אוצרות פֿון זעלטענע נעמען אין ספּעציפֿישע ספֿרים, וואָס האָבן צו טאָן מיט הלכות־גיטין. בײַם שרײַבן אַ גט, מוז דער דיין אויסגעפֿינען דעם פּינקטלעכן אויסלייג פֿונעם נאָמען. אין דער סטאַנדאַרטער אויסגאַבע פֿונעם „שולחן־ערוך‟ מיט קאָמענטאַרן איז פֿאַראַן אַ לאַנגע, פּרטימדיקע נעמען־ליסטע אינעם ספֿר „בית שמואל‟, צונויפֿגעשטעלט דורך הרבֿ שמואל בן אורי־שרגא־פֿײַוויש פֿון פֿיאָרדע (פֿירט, בײַערן). דער מחבר האָט געלעבט אינעם 18טן יאָרהונדערט און געזאַמלט די ייִדישע נעמען פֿון זײַן צײַט. למשל, ער שרײַבט, אַז אין רוסלאַנד זאָגט מען אַרויס דעם נאָמען „וואָלף‟ ווי „וואָלק‟ – אויף רוסיש מיינט עס אַ וואָלף און פֿאַר אַ הײַנטצײַטיקן רוסיש־רעדער קלינגט אַזאַ נאָמען זייער טשיקאַווע. טריגאָנע, מיינענדיק „דרײַ־עקיקע‟ אויף גריכיש, איז אַמאָל געווען אַ כּשר ייִדישער נאָמען. אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, שטייט אינעם ספֿר עטלעכע מאָל געשריבן, אַז יאָשקע איז נישט אַ פּעיאָראַטיווער נאָמען פֿון יעזוס, ווי דער שטייגער איז אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט, נאָר אַ נאָרמאַלער כּינוי (צונאָמען) פֿונעם נאָמען יהושע.

אַנאַסטאַסי (תּחית־המתים אויף גריכיש), אַרגענטי (זילבער אויף לאַטײַן) און אַנגעל (מלאך) זענען אַמאָל געווען באַקאַנטע ייִדישע נעמען. פֿרידמאַן, ליפּמאַן, גוטמאַן, גראָסמאַן און ליבערמאַן האָבן געדינט ווי ערשטע, לאַוו־דווקא פֿאַמיליע־נעמען. דער זעלטענער סלאַווישער נאָמען טיסלאַווע איז געווען באַקאַנט בײַ די ייִדישע פֿרויען. באָנפֿאַנט – „גוט יום־טובֿ‟ אויף אַ פֿראַנצויזישן דיאַלעקט – איז טאַקע געווען אַ סינאָמים פֿונעם נאָמען יום־טובֿ.

מוחמד איז אין „בית־שמואל‟ זיכער נישטאָ. אַדרבה, אין די מוסולמענישע לענדער האָט מען נישט געלאָזט ייִדן אָדער קריסטן צו טראָגן אַזאַ נאָמען בכלל. ס׳איז אָבער יאָ פֿאַראַן אין דער רשימה כליפֿא – דער כאַליף אָדער קיניג אויף אַראַביש. אַ גאַנצע ריי אַנדערע נעמען זענען בפֿירוש אַראַבישע. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווערן אינעם ספֿר אויך דערמאָנט אַזעלכע גערמאַנישע נעמען, ווי גימפֿריכט, גאָטליב און געץ.

באַקומט זיך, אַז חידושדיקע נעמען זענען נישט קיין נאָווינע אויף דער ייִדישער גאַס. דער חילוק באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס די אַלטע ייִדישע נעמען – סלאַווישע, גערמאַנישע צי אַראַבישע – זענען נאַטירלעך אויפֿגעקומען אין פֿאַרשיידענע גלות־לענדער, וווּ ייִדן האָבן געוווינט במשך פֿון דורות און זענען ממילא אַן אינטעגראַלער חלק פֿון אונדזער לאַנגער היסטאָרישער מסורה.

די הײַנטצײַטיקע ישׂראלדיקע נעמען זענען, להיפּוך, אַ רעזולטאַט פֿון מאָדערנע אידעאָלאָגישע עקספּערימענטן. אויב אַפֿילו זיי שטאַמען צו מאָל פֿון תּנ״ך, קלינגען זיי נאָך אַלץ אומנאַטירלעך און אומגעלומפּערט. עס קאָן זײַן, אַז ס׳איז כּדאַי נאָכצומאַכן די פּאַלעסטינער, וואָס האַלטן אָן אַזוי שטאַרק זייער נבֿיאס נאָמען, און צו פּאָפּולאַריזירן ווידער היסטאָריש באַרעכטיקטע, היימישע ייִדישע נעמען.