זשורנאַל „משפּחה‟ פֿאַרעפֿנטלעכט בילדער פֿון פֿרויען — אָבער בלויז אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟

"Mishpacha" Magazine is Now Publishing Photos of Women - but Only On Social Media

Mishpacha Magazine/Facebook

פֿון איידין פּינק

Published May 07, 2018.

עס זעט אויס, אַז דער פֿרומער זשורנאַל Mishpacha האָט געביטן זײַן פּאָליטיק קעגן דעם פּובליקירן בילדער פֿון פֿרויען — כאָטש אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער.‟

אין אַ בליצבריוו צו זײַנע אַבאָנאָמענטן האָט דער זשורנאַל פֿאַראַכטאָגן געלאָזט וויסן, אַז ער הייבט אָן צו ווערן מער אַקטיוו אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ. אינעם בריוו האָט מען אַרײַנגעשטעלט אַ בילד פֿון דרײַ פּראָמינענטע פֿרומע פֿרויען, אַרײַנגערעכנט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער ניו־יאָרקער ריכטערין רוחי פֿרײַער.

עס זעט אויס אַז דער באַשלוס איז בלויז חל אויף די בליצבריוו וואָס Mishpacha שיקט אַרויס, און אויף זײַנע „פֿייסבוק‟־ און „טוויטער‟־קאָנטעס. אַ פּנים איז מען נאָך ניט גרייט צו דרוקן בילדער פֿון פֿרויען אינעם זשורנאַל אָדער זיי אַרויפֿשטעלן אויפֿן זשורנאַלס וועבזײַט.

ווי אַ סך פֿרומע זשורנאַלן און צײַטונגען, דריקט Mishpacha ניט אָפּ קיין שום בילדער פֿון פֿרויען. הײַיאָר האָט מען שטאַרק קריטיקירט דעם זשורנאַל צוליב דעם, וואָס מע האָט פֿאַרווישט די פּנימער פֿון ייִדישע פֿרויען אין אַ בילד וואָס שילדערט, ווי זיי ווערן באַפֿרײַט פֿון אוישוויץ. צו יענער צײַט האָט דער זשורנאַל דערקלערט, אַז מע האָט גענומען דאָס בילד פֿון זייער שוועסטער־פּובליקאַציע אין ישׂראל „משפּחה,‟ וואָס איז מער קאָנסערוואַטיוו. בעת דער ישׂראלדיקער זשורנאַל „משפּחה‟ פֿאַרווישט אָפֿט די פּנימער פֿון פֿרויען, נוצט Mishpacha געוויינטלעך ניט קיין בילדער פֿון פֿרויען בכלל, מע זאָל ניט דאַרפֿן פֿאַרווישן זייערע פּנימער.

דער ענין פֿון דרוקן בילדער פֿון פֿרויען אין די פֿרומע פּובליקאַציעס איז פֿאַראַיאָרן ברייט דיסקוטירט געוואָרן נאָך דעם וואָס אַ גרופּע פֿרומע פֿרויען האָט לאַנצירט אַן אינטערנעץ־קאַמפּאַניע FrumWomenHaveFaces# (פֿרומע פֿרויען האָבן פּנימער) דורך וועלכער זיי האָבן פֿאַרדאַמט די פּאָליטיק פֿון די חרדישע אויסגאַבעס. די אָרגאַניזירער פֿון דער קאַמפּאַניע פֿילן זיך באַליידיקט, וואָס מע האַלט אַ בילד פֿון אַ פֿרוי, אַפֿילו אַ צניעותדיק בילד, שטענדיק פֿאַר „טמא.‟

אין פֿריִערדיקע יאָרן האָבן עטלעכע רעדאַקטאָרינס פֿון Mishpacha דערקלערט פֿאַר דער אַלגעמיינער מעדיע, אַז עס טוט זיי אַמאָל באַנג וואָס מע דרוקט ניט קיין בילדער פֿון פֿרויען, ווײַל זיי וואָלטן געוואָלט, אַז זייערע טעכטער זאָלן האָבן ראָלמאָדעלקעס אויף די זײַטן פֿונעם זשורנאַל.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.