ווידעאָ פֿון מאַן וואָס מאַכט חוזק פֿון חסידיש קינד געזען מער ווי מיליאָן מאָל

Video of Man Taunting Hasidic Boy Seen More Than 1 Million Times

Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 08, 2018.

אַ פֿילם, וואָס אַ מאַן האָט געמאַכט אויף דער גאַס אין ברוקלין, אין וועלכן ער מאַכט חוזק פֿון אַ חסידישן ייִנגל, האָט זיך ווילד צעשפּרייט אויף „פֿייסבוק,‟ „טוויטער‟ און אַנדערע סאָציאַלע מעדיאַ וועבזײַטן. אינעם פֿילם שרײַט דער מאַן, קוואַ דזשיימס, אויפֿן קינד צוליב זײַנע פּאות און געגאָלטן קאָפּ, און דאָס קינד צעוויינט זיך. דעם ווידעאָ האָט מען שוין געזען מער ווי אַ מיליאָן מאָל און מער ווי 100,000 מענטשן האָבן באַשטעטיקט, אַז דער ווידעאָ געפֿעלט זיי.

כאָטש ס׳איז ניט קלאָר צי דער מאַן וואָס האָט געמאַכט דעם פֿילם האָט אים פֿאַרשפּרייט צוליב אַ פֿײַנטשאַפֿט צו ייִדן, צי סתּם ריין עם־הארצות, האָבן זייער אַ סך מענטשן וואָס האָבן זיך אָפּגערופֿן אויפֿן ווידעאָ דווקא אויסגעדריקט שטאַרקע אַנטיסעמיטישע מיינונגען. אַנדערע קאָמענטאַטאָרן, אַרײַנגערעכנט געוויסע וואָס האָבן זיך אידענטיפֿיצירט ווי ייִדן, האָבן געענטפֿערט מיט ראַסיסטישע קאָמענטאַרן קעגן אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער, ווײַל מע האָט געקענט זען פֿון זײַן פּראָפֿיל־בילד, אַז דזשיימס איז אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער. נאָך עטלעכע טעג פֿון זען ווי מענטשן רופֿן זיך אַזוי מיאוס אָפּ אויפֿן ווידעאָ האָט קוואַ זיך אַנטשולדיקט, דערקלערנדיק אַז ער האָט פּשוט געוואָלט דער עולם זאָל לאַכן ווײַל ער האָט געמיינט אַז דאָס קינדס אויסזען איז אויסטערליש. ער האָט ניט פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן ווידעאָ וועט צוציִען אַזוי פֿיל מענטשן וואָס האָבן פֿײַנט ייִדן, האָט ער צוגעגעבן.

אַזוי צי אַזוי, איז ממש צו באַוווּנדערן, וואָס אַ דערוואַקסענער מאַן זאָל פֿילן זיך פֿאַר נייטיק אָנצושרעקן אַ קליין קינד, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז ער זאָל מאַכן און דערנאָך פֿאַרשפּרייטן אַ פֿילם דערפֿון, ווײַל ער האַלט דעם גאַנצן עסק פֿאַר אַ שפּאַס.

דער עקלדיקער אינצידענט וואָלט געוויינטלעך דענערווירט די פֿרומע ייִדן אָבער ער האָט בפֿירוש אויפֿגעטרייסלט אַ סך צוקוקער ווײַל די פֿרומע קהילה אין ברוקלין לײַדט איצט פֿון אַ סעריע אָנפֿאַלן אויף חסידישע מאַנסבילן. ווי מרדכי לײַטסטאָון, דער דירעקטאָר פֿון סאָציאַלער מעדיאַ פֿאַר „חב׳׳ד,‟ האָט דערקלערט אין אַ מיינונגס־אַרטיקל פֿאַרן Forward איז די זאָרג אויף דער חסידישער גאַס ניט בלויז צוליב די פֿיר אָנפֿאַלן אין קראַון־הײַטס, נאָר אויך צוליב דעם געפֿיל, אַז עס גייט די ניו־יאָרקער אינסטאַנצן ניט גענוג אָן, וואָס פֿרומע ייִדן ווערן אַזוי אָפֿט געשלאָגן. די פּאָליציי גיט איבער, למשל, אַז ס׳איז ניטאָ קיין פֿאַרבינדונג צווישן די פֿאַרשידענע אַטאַקן אָבער בײַ אַ סך מענטשן זעט אויס, אַז די אָנפֿאַלן זענען אַ טייל פֿון אַן אַנטיסעמיטישער כוואַליע, וואָס צילעוועט זיך איבערהויפּט אויף די חסידישע ייִדן.