עטישע לעקציעס וואָס שמיטה־יאָר לערנט אונדז

Ethical Lessons We Learn From the Sabbatical Year

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 09, 2018.

אונדזער טאָפּלטע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿונעם שמיטה־יאָר. במשך פֿון דעם יאָר טאָר מען נישט פֿאַרקויפֿן דאָס גערעטעניש, וואָס וואַקסט פֿון זיך אַליין אויף די פֿעלדער. די פֿעלדער מוזן שטיין אָפֿן פֿאַר אַלעמען — אויף הפֿקר, כּדי די אָרעמע־לײַט זאָלן פֿון זיי געניסן.

די שמיטה ווערט אָנגערופֿן אין דער פּרשה דער „שבת שבתון‟ – אַ יאָר־לאַנגער גרויסער „שבת‟. אַזוי ווי די געוויינטלעכע וואָך, וואָס באַשטייט פֿון זעקס וואָכנטעג און שבת, זענען די יאָרן אינעם ייִדישן לוח אײַנגעטיילט אין זיבן־יעריקע פּעריאָדן. ביידע ענינים, שבת און שמיטה, דערמאָנען אין די זיבן טעג, וואָס במשך פֿון זיי האָט דער רבונו־של־עולם באַשאַפֿן די וועלט.

אין דער מיצווה פֿון שמיטה שטעקט אַ וויכטיקער סאָציאַל־עטישער לימוד. רבינו בחיי, איינער פֿון די גרעסטע און באַקאַנטסטע מפֿרשים מיט אַ מיסטיש־קבלהדיקן טעם, האָט געוווינט אין שפּאַניע אינעם 14טן יאָרהונדערט, און איז מסביר, אַז די מיצווה איבערצולאָזן די פֿעלדער אויף הפֿקר יעדע זיבן יאָרן גיט אונדז צו פֿאַרשטיין, אַז די ערד געהערט, אין דער אמתן, צום אייבערשטן אַליין. בלויז אויף אַ באַדינגלעכן און צײַטווײַליקן אופֿן ווערט זי געגעבן אין די מענטשלעכע הענט.

אין די לינקע פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע טעאָריעס שפּילט אַ גרויסע ראָלע דער ענין פֿון אַרבעט. די סאָציאַליסטן, אַרײַנגערעכנט די היסטאָרישע רעדאַקציע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, האָבן כּסדר געלויבט די ווערט פֿון דער שווערער מי פֿונעם אַרבעטער־קלאַס. הײַנט האָט זיך אין דער וועלט באַקומען אַ טשיקאַווער פּאַראַדאָקס: די קאַפּיטאַליסטישע געזעלשאַפֿט גלייבט, אַז דער וווילשטאַנד פֿון די מענטשן ווענדט זיך אין דער סיסטעמאַטישער מי, און די תּורה זאָגט אונדז, אַז פּונקט פֿאַרקערט, כּדי צו באַאַרבעטן די ערד אויף אַ ריכטיקן אופֿן, מוז מען די פֿעלדער פֿאַרלאָזן צו מאָל אויף הפֿקר. אַדרבה, די חז״ל דערקלערן, אַז דאָס בעסטע גערעטעניש וואַקסט פֿון זיך אַליין, ווען דאָס לאַנד בלײַבט איבערגעלאָזט אויף גאָטס באַראָט; דאָס באַאַרבעטן די פֿעלדער אָן אַ הפֿסק וואָלט געבראַכט נאָר צרות און קללות. נישט דער סאָציאַליסטישער צי קאַפּיטאַליסטישער קולט פֿון דער שווערער מי, נאָר דווקא אַ שטיקל הפֿקר איז אַ שליסל צום נצחון בגשמיות און ברוחניות.

אינעם גאָר אינטערעסאַנטן ספֿר „יקרא דשבתּא‟ באַטראַכט דעם דאָזיקן ענין הרבֿ נחמן טשערינער, איינער פֿון די גרעסטע מחברים אין דער בראַצלעווער חסידישער טראַדיציע. דער טשערינער רבֿ איז מסביר, אַז שבת טאָר מען נישט טאָן קיין געשעפֿטן און אַפֿילו זיך צורירן צום געלט בכלל, ווײַל אין משיחס צײַטן וועלן אַלע געלט־באַציִונגען בטל ווערן; עס וועט הערשן אַן אייביקע מנוחה - „יום שכּולו שבת‟. ווידער באַקומט זיך, אַז דער עיקר־ענין פֿונעם ייִדישן „משיחישן סאָציאַליזם‟ איז דווקא רו, נישט אַרבעט.

דער צווייטער טייל פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער „אם בחוקותי תּלכו‟: אויב איר וועט פֿאָלגן מײַנע מיצוות, זאָגט דער אייבערשטער צו, וועט איר געבענטשט ווערן. רש״י און אַנדערע קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן, אויפֿן סמך פֿון די דבֿריּ־חז״ל, אַז די מיצוות ווערן אײַנגעטיילט אין דרײַ אַלגעמיינע קאַטעגאָריעס: עדות, משפּטים און חוקים. די עדות זענען פֿאַרבונדן מיט געוויסע היסטאָרישע געשעענישן. אַוודאי, שטעקן אין זיי אַ גרויסער מיסטישער באַטײַט, אָבער בדרך־כּלל לייגן זיי זיך אויפֿן שׂכל. למשל, זינט דאָס ייִדישע פֿאָלק איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ, פּראַווען מיר דעם חג־הפּסח, טרינקענדיק די פֿיר כּוסות ווײַן ווי אַ סימבאָל פֿון אונדזער פֿרײַהייט.

די משפּטים האָבן צו טאָן, בדרך־כּלל, מיט עטישע און סאָציאַלע ענינים, און לייגן זיך אויך אויפֿן שׂכל. למשל, מע טאָר נישט באַגנבֿענען, באַשווינדלען אָדער, חלילה, דערהרגנען אַן אומשולדיקן מענטש.

אַ גרויסע צאָל מיצוות געהערן צו דער דריטער קאַטעגאָריע — די חוקים, וואָס זענען לאַוו־דווקא פֿאַרשטענדלעך על־פּי שׂכל. פֿאַרוואָס טאָר מען נישט אויסמישן וואָלענע און פֿלאַקסענע פֿעדעם אָדער פֿליישיקע און מילכיקע מאכלים? אין די קבלה־ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז מע טאָר עס נישט טאָן, כּדי נישט צו פֿאַרפּלאָנטערן די היפּוכדיקע מידות פֿון חסד און גבֿורה. די פֿליישיקע מאכלים און די וואָלענע פֿעדעם שטאַמען פֿון בהמות און רעפּרעזענטירן די גבֿורה. הגם בײַם אָפּשערן די וואָל לײַדן די שאָף געוויינטלעך נישט, בלײַבט די וואָל אַ מין „פֿליישיקער‟ מאַטעריאַל, וואָס מישט זיך נישט מיטן „כּמו־מילכיקן‟ פֿלאַקס. פֿאַקטיש אַלע אַנדערע „איבערשׂכלדיקע‟ מיצוות ווערן אויך דערקלערט אין די ספֿרים־הקדושים; פֿון דעסט וועגן, שטעקט אין זיי אַ געוויסער עלעמענט פֿון מיסטעריע, וואָס בלײַבט אומפֿאַרשטענדלעך.

צו וועלכער קאַטעגאָריעס זאָלן מיר „צושרײַבן‟ די מיצווה פֿון שמיטה־יאָרן? פֿון איין זײַט, איז גוט באַקאַנט פֿונעם וויסנשאַפֿטלעכן קוקווינקל, אַז דאָס גערעטעניש וואַקסט אויף די פֿעלדער בעסער, ווען מע לאָזט עס פֿון צײַט צו צײַט צו רו. דער דערמאָנטער ענין פֿונעם כּמו־סאָציאַליסטישן „הפֿקר‟, איבערצולאָזן צומאָל די אַרומיקע וועלט אויף גאָטס באַראָט, איז אויך פֿאַרשטענדלעך. דער אָנזאָג איבערצולאָזן די פֿעלדער דווקא איין מאָל אין יעדע זיבן יאָר דינט אָבער ווי אַ מיסטישער רמז אויף די ששת־ימי־בראשית. דער רבונו־של־עולם האָט באַשאַפֿן די וועלט אין זעקס טעג און האָט זיך, כּבֿיכול, אָפּגערוט אויפֿן זיבעטן טאָן. דערפֿאַר היטן מיר שבת און רעכענען אָפּ די שמיטה־יאָרן.

הײַנט גלייבן ווייניק מענטשן, אַז די וועלט איז בוכשטעבלעך באַשאַפֿן געוואָרן אין זיבן טעג. אין די חרדישע קרײַזן איז נאָך אַלץ פֿאַרשפּרייט דער געדאַנק, אַז מע מוז אָננעמען די תּנ״כישע כראָנאָלאָגיע בפּשטות, און אַז צו טראַכטן אַנדערש איז אַפֿילו „אַפּיקורסיש‟. די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן און אַ טייל וויסנשאַפֿטלעך־געשטימטע חרדים — אויפֿן סמך פֿון אַזעלכע דענקער, ווי, למשל, הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, אַ באַקאַנטער פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון קבלה און דעם בראַצלעווער חסידות — האַלטן אָבער, אַז אין דער תּורה גייט אַ רייד וועגן די ריזיקע געאָלאָגישע תּקופֿות פֿון מיליאַרדן יאָר. אויב מע פֿאַרגלײַכט די בראשית־מעשׂה אין דער תּורה מיט דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט, שאַפֿט זיך פֿאָרט דער אײַנדרוק, איז די טראַדיציאָנעלע „סכעמע‟ פֿון ששת־ימי־בראשית קלינגט גאַנץ וויסנשאַפֿטלעך. בלײַבן געוויסע קשיות: צום בײַשפּיל, וואָס מיינט עס, די זון, די לבֿנה און די שטערן זענען געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן פֿערטן טאָג? זאָל מען עס אָפּטײַטשן אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן? אָדער, אפֿשר, דערציילט אונדז די תּורה צוערשט וועגן דעם אויפֿקום פֿונעם גשמיותדיקן אוניווערס בכלל, און דערנאָך, בײַם „פֿערטן טאָג‟, גייט ער אַריבער צו אונדזער פּלאַנעט? אין אַלגעמיין שטימט אָבער די מעשׂה־בראשית גוט מיט דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט, ווי הרבֿ אַריה קאַפּלאַן דערקלערט איז זײַנע עסייען. יעדער „טאָג‟ איז געווען מיליאַרדן יאָר לאַנג, אָבער פֿאָרט קאָן מען אײַנטיילן די געשיכטע פֿונעם קאָסמאָס אויף זיבן תּקופֿות.

אויב אַזוי, איז די מיצווה פֿון שמיטה־יאָרן טאַקע אַ „חוק‟, אַן „עדות‟ צי אַ „מישפּט‟? אין דער אמתן, זענען די דאָזיקע קאַטעגאָריעס אָפֿט רעלאַטיוו און צעשווענקט. אין די חסידישע ספֿרים איז פֿאַרשפּרייט די טענדענץ צו באַטראַכטן אַלע מיצוות ווי „חוקים‟, ווײַל אַפֿילו אין די סאַמע יסודותדיקע עטישע פּרינציפּן פֿון דער תּורה טרעפֿן זיך פֿאַרשיידענע הלכה־פּרטים, וואָס לייגן זיך נישט לײַכט אויפֿן פּשוטן מענטשלעכן שׂכל.

להיפּוך, שטרעבן די מיטל־עלטערלעכע חוקרים, אַרײַנגערעכנט דעם רמב״ם, צו דערקלערן ס׳רובֿ חוקים אויף אַ פֿאַרשטענדלעכן ראַציאָנעל־פֿילאָסאָפֿישן אופֿן. די מיצוות זענען געגעבן געוואָרן „בהר‟, אויפֿן באַרג סיני, און דער אייבערשטער הייסט אונדז צו פֿאָלגן זײַנע מיסטישע אָנזאָגן — „בחוקותי‟. אין דער זעלבער צײַט, קאָנען מיר איז זיי געפֿינען גאַנצע שיכטן פֿון פֿאַרשטענדלעכע סאָציאַלע, עטישע, פּסיכאָלאָגישע און אַפֿילו וויסנשאַפֿטלעכע באַטײַטן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.