פֿון חב׳׳ד־מיידל ביז דער ערשטער בריטישער „רבה‟

Former Chabad Seminary Student Now First Orthodox British Female Rabbi

דינאַ בראַוער אויף איר פֿאַרהער
Dina Brawer/Twitter
דינאַ בראַוער אויף איר פֿאַרהער

פֿון ייִט׳׳אַ

Published May 10, 2018.

דינאַ בראַוער איז לעצטנס געוואָרן די ערשטע בריטישע אָרטאָדאָקסישע „רבה‟ אין גרויס־בריטאַניע.

זי האָט באַקומען איר סמיכה מאָנטיק אין לאָנדאָן פֿונעם ישׂראלדיקן רבֿ ד׳׳ר דניאל ספּערבער נאָך אַן אינטענסיוון פֿאַרהער וואָס האָט געדויערט צוויי שעה.

בראַוער, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין מילאַן, איטאַליע און איז אויפֿגעוואַקסן בײַ עלטערן פֿון מאַראָקאָ, וואָס האָבן געדאַוונט אין אַ חב׳׳ד־שיל.

זי גיט איבער, אַז זי וועט באַנוצן דעם טיטל „רבה‟ ווײַל „איך האָב זיך אויסגעלערנט ווי אַ רבה און איך בין קוואַליפֿיצירט צו דינען ווי איינע.‟

די נײַע „רבה‟ האָט זיך געלערנט פֿיר יאָר בײַם „ישיבֿת מהרת‟ אין ניו־יאָרק. „ישיבֿת מהרת,‟ וואָס געפֿינט זיך אין ריווערדייל, ניו־יאָרק, טרענירט אָרטאָדאָקסישע פֿרויען צו דינען ווי רעליגיעזע פֿירער. פֿאַראַיאָרן האָט דער „אָרטאָדאָקסישער פֿאַראיין,‟ די דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שילן, פֿאַרווערט אירע מיטגלידער אָנצונעמען אַ „רבה‟ אָדער „מהרת‟ ווי אַ גײַסטיקע פֿירערין.

בראַוער האָט עטלעכע יאָר געאַרבעט ווי אַ פּראַקטיקאַנטקע אין אַ שיל אין טינעק, ניו־דזשערזי. אַחוץ דעם איז זי די גרינדערין פֿונעם בריטישן צווײַג פֿון דער „אַליאַנץ פֿון אָרטאָדאָקסישע ייִדישע פֿעמיניסטקעס.‟

„איך וויל זײַן אַ ראָלמאָדעלקע פֿאַר פֿרויען און מיידלעך, זיי זאָלן זען, אַז ניט בלויז מענער קענען ווערן רבנים,‟ האָט זי געזאָגט דער צײַטונג „דזשויִש ניוז.‟ „יונגע מיידלעך זאָלן קענען ווערן אַלץ וואָס זיי ווילן נאָר. מע קען זײַן גוט געבילדעט, מע קען באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין וואָס פֿאַר אַ טעמע מע וויל. פֿאַר וואָס זאָל זײַן אַ גרענעץ ווען עס קומט צו פֿרומקייט?‟

בראַוער ציט זיך איצט אַריבער קיין באָסטאָן, וווּ איר מאַן, הרבֿ נפֿתּלי בראַוער, וועט זײַן דער נײַער דירעקטאָר פֿונעם „הלל‟ בײַם „טופֿטס־אוניווערסיטעט.‟