די בליִענדיקע ייִדישע פּרעסע אין בעלגיע פֿאַרן חורבן

The Thriving Yiddish Press in Pre-War Belgium

Daniella Mauer

פֿון דניאלה מאַוער

Published May 10, 2018.

אין 1937 האָט ייִוואָ אין בריסל דורכגעפֿירט אַ פּרעסע־אויסשטעלונג פֿון 70 ייִדישע צײַטשריפֿטן, וואָס זענען אַרויס אין בעלגיע פֿון 1910 ביז 1936. אין 1937 אַליין זענען אין בעלגיע אַרויס, אויף ייִדיש, 10 פּעריאָדישע אויסגאַבעס. קיין גענויע ביבליאַגראַפֿישע רשימה פֿון אַלע צײַטשריפֿטן אויף ייִדיש וואָס זענען אַרויס אין בעלגיע, איז דערווײַל ניטאָ.

לויט מײַן אייגענער פֿאָרשונג געפֿינט זיך אַ גרויסער טייל פֿון די צײַטונגען אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים און אין יד־ושם. אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטיק קען מען געפֿינען אי די צײַטונגען אויף מיקראָפֿילם אי די אָריגינעלע פּאַפּירענע, כאָטש די פּאַפּירענע האָב איך מורא געהאַט דורכצובלעטערן, ווײַל זיי האָבן זיך ממש צעקרישלט אין די הענט.

בײַם אָנהייב פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט איז כּמעט ניט געווען קיין שום ייִדישע צײַטשריפֿט אין בעלגיע. דער קליינער ייִדישער קיבוץ איז געווען אַ מין דורכגאַנג קיין פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און האָלאַנד. דעריבער האָבן די בעלגישע ייִדן צווישן זיך גערעדט אויף דרײַ שפּראַכן: 1) פֿראַנצייזיש אינעם ראַיאָן וואַלאָניע און זײַן הויפּשטאָט בריסל; 2) פֿלעמיש (האָלענדיש) אינעם קרײַז פֿלאַנדריע און זײַן צענטער, אַנטווערפּן (דאָס זענען געווען אָפּשטאַמיקע פֿון האָלאַנד און בעיקר ספֿרדים — פּאָרטוגעזער, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין האָלאַנד בעת דער אינקוויזיציע און נאָכן גירוש); און 3) דײַטש — די שפּראַך פֿון די ייִדישע עמיגראַנטן פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך.

אין די ערשטע יאָרן פֿון דער בעלגישער אומאָפּהענגיקייט אָנהייבנדיק פֿון יאָר 1832, ווען עס האָבן זיך פֿאַראייניקט די קליינע ייִדישע קהילות (בריסל, אַנטווערפּן, גענט, ליעזש און אַרלאָן) אין איין צענטראַלער ייִדישער קאָנסיסטאָריע (Consistoire) אין בעלגיע, האָט מען נאָך נישט געשפּירט קיין באַדערפֿעניש אין אַ ספּעציעלן אָרגאַן אויף ייִדיש. יעדע עטנישע ייִדישע גרופּע האָט זיך געשפּײַזט פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין איר אייגענער גערעדטער שפּראַך: דײַטש, פֿראַנצייזיש אָדער האָלענדיש.

באַזונדערס איז דאָס בעלגישע ייִדנטום געווען אונטערגעאָרדנט אין דאָזיקן ענין צום שכנותדיקן אַמסטערדאַם — דער הויפּט פֿון אַלע קהילות אין מערבֿ־אייראָפּע.

אויף דער שוועל פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָט דער ייִדישער ייִשובֿ אין בעלגיע גענומען וואַקסן און ער האָט אָנגעהויבן אַרויסווײַזן סימנים פֿון אַ סטאַבילן ייִשובֿ.

אַנטווערפּן:

דער וועלטצענטער פֿון דער בריליאַנטן־אינדוסטריע האָט געצויגן צו זיך טויזנטער ייִדן (אַרײַנגערעכנט מײַן באָבע־זיידע פֿון טאָמעשעוו) — עמיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, פּוילן און גאַליציע, וואָס איז דעמאָלט געווען אונטער דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע. טויזנטער ייִדישע עמיגראַנטן האָבן זיך אײַנגעגלידערט אין אָט דער בראַנזשע ווי אַרבעטער, פֿאַרמיטלער און קליינהענדלער, און ביסלעכווײַז האָבן זיי פֿאַרנומען שליסל־פּאָזיציעס אינעם אינטערנאַציאָנאַלן האַנדל מיט איידלשטיינער.

בריסל:

אויך אין בריסל האָבן זיך אײַנגעאָרדנט הונדערטער ייִדישע עמיגראַנטן (דאָס רובֿ פֿון פּוילן און רוסלאַנד), וואָס האָבן געפֿונען אַרבעט אין דער אינדוסטריע פֿון האַנטבײַטלען פֿאַר פֿרויען. אויך זיי האָבן אין גאָר אַ קורצער צײַט דערהויבן בריסל צו אַ וועלטצענטער פֿאַר אָט דער בראַנזשע. די דאָזיקע עמיגראַנטן האָבן מיט זיך געבראַכט נײַע שטייגער־ווערטן פֿון מזרח־אייראָפּע, און האָבן דעריבער אויך, אין יאָר 1899, פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג.

ליעזש:

אין יאָר 1907 האָט אין ליעזש געוווינט דער מנהיג פֿון „פּועלי־ציון‟, בער באָראָכאָוו (1881־1917), איינער פֿון די באַדײַטנדיקסטע פּיאָנערן פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג. זײַנע ערשטע פֿילאָלאָגישע אַרבעטן זיינען געדרוקט געוואָרן אין „דער פּנקס‟, רעדאַקטירט פֿון ש. ניגער אין ווילנע, 1913.

די „פּועלי־ציון‟ אָרגאַניזאַציע אין אַנטווערפּן און דער סטודענטן־פֿאַרבאַנד „קדימה‟ אין ליעזש האָבן פֿאָרגעלייגט באָראָכאָוון, ער זאָל זיך אײַנאָרדענען אין דער בריליאַנטן־אינדוסטריע און אים צוגעזאָגט הילף בײַם אַריבערפֿירן די רעדאַקציע פֿון „דאָס נײַע וואָרט‟ פֿון ווין קיין אַנטווערפּן. זיי זענען געווען גרייט אים צו העלפֿן אין זײַן צײַטשריפֿט און אַפֿילו אויפֿשטעלן אַ דרוקערײַ פֿאַר איר. באָראָכאָוו האָט אָבער אָפּגעוואָרפֿן זייער פֿאָרשלאָג און געזאָגט, אַז ער איז געקומען לערנען און פֿאָרשן די פּראָבלעם פֿון דער טאָפּל־נאַציאָנאַליטעט אין בעלגיע כּדי אים צו העלפֿן מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון די ייִדן און אַראַבער אין ארץ־ישראל!

אין 1914 איז בער באָראָכאָוו געפֿאָרן קיין ניו־יאָרק וווּ ער איז געוואָרן אַ פֿירנדיקער טוער בײַ „פּועלי־ציון‟. זײַן אַרבעט אין דער „פּועלי־ציון פּאַרטיי‟ האָט אים אָבער נישט אַוועקגעריסן פֿון זײַן פֿילאָלאָגישער פֿאָרשונג.

וועגן עטלעכע פּראָמינענטע צײַטונגען:

דער „יודישער (ייִדישער) סטודענט‟ (1912) איז געווען אַ חודש־זשורנאַל, געווידמעט די אינטערעסן פֿון דער ייִדישער יוגנט בכלל און פֿון דער ייִדישער שטודירנדיקער יוגנט בפֿרט. ער איז רעדאַקטירט געוואָרן דורך די יונגע זשורנאַליסטן יוסף ליפֿשיץ און יהושע פּאָדרוזשניק און אָפּגעדרוקט געוואָרן אין קאָפּענהאַגען (צוליבן דוחק פֿון אַ פּאַסיקער דרוקערײַ אין בעלגיע) בײַ דער דרוקערײַ פֿון יוסף ליטיטשעווסקי, וועלכער האָט נישט גענומען קיין געלט דערפֿאַר, ווײַל ער איז געווען אַ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און אַ פּאַטראָן פֿון ייִדישע סטודענטן. עס זענען דערשינען בלויז פֿינף נומערן.

„דער אַנטווערפּענער לץ‟ (1912) — אַ הומאָריסטישע צײַטונג וואָס האָט געדינט ווי אַ קרומער שפּיגל פֿאַרן ייִדישן ייִשובֿ אין אַנטווערפּן — איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿון מרדכי יאַווראָווסקי (מרדכי ליפּסאָן).

„דער מערבֿ‟ (1913) איז געווען דאָס ערשטע ייִדישע וואָכנבלאַט באַשטימט פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע אין גאַנץ מערבֿ־אייראָפּע. ער האָט געהאַט סטאַבילע קאָרעספּאָנדענטן אין פֿראַנקרײַך, שווייץ און האָלאַנד. אויך די צײַטונג איז אָפּגעדרוקט געוואָרן בײַ ליטישעווסקיס דרוקערײַ אין קאָפּענהאַגען. די רעדאַקטאָרן זענען געווען די פֿיר יונגע זשורנאַליסטן מרדכי יאַווראָווסקי; יהושע פּאָדרוזשניק; יעקבֿ קרעפּליאַק און ש. כּהן. צום באַדויערן האָט די אונטערנעמונג לאַנג נישט אָנגעהאַלטן ווײַל די גרופּע איז זיך צעפֿאַלן. יאַווראָסקי און קרעפּליאַק האָבן עמיגרירט קיין אַמעריקע און דאָרט ממשיך געווען זייער ליטעראַרישע טעטיקייט. זענען דערפֿאַר דערשינען בלויז 4 נומערן.

פּאָדרוזשניק איז צום אָנהייב פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה אַנטלאָפֿן קיין ענגלאַנד, וווּ ער האָט ממשיך געווען זײַן זשורנאַליסטישע טעטיקייט און פֿאַרלייגט אין לאָנדאָן אין 1920 דעם יסוד פֿאַר דער אינטערנאַציאָנאַלער נײַעס־אַגענטור, וועלכע איז באַרימט געוואָרן אין די ביבליאָגראַפֿישע זאַמלונגען אויפֿן שטח פֿון דער וועלט־פּרעסע.

מיטן אויסברוך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה איז דער ייִדישער ייִשובֿ אין בעלגיע שטאַרק אײַנגעשרומפּן געוואָרן. צענדליקער טויזנטער רוסישע בירגער זענען אַנטלאָפֿן קיין ענגלאַנד. דײַטשע און עסטרײַכישע בירגער זענען אַריבער קיין האָלאַנד און שווייץ. די פֿאַרבאַנדן פֿון סאָציאַלער הילף פֿאַר די ייִדן אין אַנטווערפּן, וואָס האָבן צוגעהאָלפֿן די טויזנטער ייִדן וואָס זענען ערשט אָנגעקומען, ווי אויך די וואָס האָבן זיך דאָרט פּערמאַנענט באַזעצט, האָבן זיך פֿאַראייניקט אין איין דאַך־אָרגאַניזאַציע מיטן נאָמען „די צענטראַלע‟ וואָס עקסיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג. צווישן די אָרגאַניזאַציעס איז אויך געווען „הכנסת־אורחים‟, וואָס איר טעטיקייט האָט שלום־עליכם אַזוי גוט געשילדערט אינעם בוך „מאָטל פּייסי דעם חזנס‟.

„דער פֿרײַנד‟ (1922) — אַ צײַטונג פֿונעם „יודישען האַנדווערקער פֿאַראיין‟ — האָבן רעדאַקטירט הרבֿ ד׳עזריאל גינציג, דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון „האשכול‟ (1899) אין קראָקע, און ד”ר זלמן מערקער. זי איז אָפּגעדרוקט געוואָרן בײַ „דפֿוס יאַקאָבאָוויץ‟ אין אַנטווערפּן. די ייִדישע האַנטווערקער האָבן זיך פֿאַראייניקט און געשאַפֿן פּראָפֿעסיאָנעלע קאָאָפּעראַטיוון און דעמאָלט באַשלאָסן אַרויסצוגעבן די צײַטונג וואָס האָט אַרײַנגענומען אַ סך ליטעראַרישן מאַטעריאַל.

די ברידער ה. און ש. יעקובאָוויטש (צבֿי) האָבן אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן אין דער דרוקערײַ פֿון זייער טאַטן אַ ייִדיש־פֿלעמישע וואָכנבלאַט אונטערן נאָמען „אידישע וואָכענבלאַט‟.

דאָס וואָכנבלאַט „די מאַרשאַנטן־שטימע‟ (1922-1923) איז רעדאַקטירט געוואָרן פֿון ח. ד. ראָמאַשקאָווסקי און מ.־ד. ליבערמאַן און אַרויסגעגעבן געוואָרן דורכן ייִדישן מאַרשאַנדן־פֿאַראיין אין אַנטווערפּן. די ייִדישע הענדלער אויף די מערק און יאַרידן אין די בעלגישע שטעטלעך, וואָס זייער צאָל האָט געהאַלטן אין איין שטײַגן (ס׳רובֿ פֿון זיי — עמיגראַנטן פֿון פּוילן), האָבן געהאַלטן פֿאַר נייטיק אַרויסצוגעבן אַ צײַטשריפֿט אויף ייִדיש, וואָס זאָל אָפּשפּיגלען זייער ייִדישן לעבנסשטייגער, פֿאַרטיידיקן זייערע רעכט, אָפּהיטן די עטיק פֿון ערלעכקייט אין פֿאַך, אַז מע זאָל ניט קאָנקורירן אין די פּרײַזן, קעגנזײַטיקע הילף אאַז”וו. דאָס איז געווען אַ פּעריאָדישע און פּראָפֿעסיאָנעלע צײַטשריפֿט, וואָס האָט נישט אַרומגענומען דעם גאַנצן ייִדישן ייִשובֿ און האָבן אַפֿילו נישט אָפּגעשפּיגלט דעם ייִדישן שטייגער.

„אידישע וואָכענבלאַט‟ (1923) — אַ ייִדיש־פֿלעמישע געזעלשאַפֿטלעכע, ליטעראַרישע און פּאָליטישע וואָכנשריפֿט, אַרויסגעגעבן פֿונעם אָרגאַן פֿאַר די אינטערעסן פֿון די בעלגישע ייִדן דורכן דרוקערײַ פֿון די ברידער ה. און ש. יעקובאָוויטש. אַ געוויסע צײַט שפּעטער איז די צײַטונג געשלאָסן געוואָרן און אויף איר אָרט האָבן זיי אַרויסגעגעבן אין אַנטווערפּן און בריסל די וואָכנשריפֿט „די ייִדישע פּרעסע‟ (1925־1940), רעדאַקטירט דורך ש. יעקובאָוויטש (אונטער די פּסעוודאָנימען צבֿי און האַנרי צוויר). דאָס אומפּאַרטיייִשע וואָכנבלאַט האָט עקסיסטירט ביזן 5טן מײַ 1940, ביז דער נאַצישער אינוואַזיע. יעקובאָוויטשעס געהילף איז געווען יהושע דאָמב־צוקער. די דאָזיקע וואָכנצײַטונג איז געווען אָנגענומען דורך די רעליגיעזע אינסטאַנצן אין דער קהילה. במשך איין יאָר (1925) איז זי אַפֿילו געווען די וואָרטזאָגערין פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע אונטער דער רעדאַקציע פֿון ד”ר יום־טובֿ לעווינסקי. די רעדאַקטאָרן האָבן דערנענטערט דעם לייענער צו דער קונסט, צו אָפּערע, צו קאָנצערטן און צום פֿלעמישן און ייִדישן טעאַטער. די צײַטונג האָט געבראַכט ידיעות פֿון ייִדישן לעבן אויף דער גרויסער וועלט און אַ כראָניק פֿון ייִדישן לעבן אין בעלגיע.

די „(יודישע) ייִדישע צײַטונג‟ (1928-1925), איז געווען אַ וואָכנבלאַט פֿאַר ליטעראַטור און געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגן, רעדאַקטירט דורך אַבֿרהם טיגעל און אַרויסגעגעבן דורך דעם דרוקער אליהו לאַוב אין בריסל און אַנטווערפּן — צום ערשטן מאָל מיטן מאָדערנעם אויסלייג פֿון ייִדיש, אַ פּראָגרעסיוו ייִדיש וואָכנבלאַט. אַבֿרהם טיגעל איז געווען אַ זייער פֿעיִקער זשורנאַליסט אָבער איז, צום באַדויערן, אומגעקומען אין אַ וועג־קאַטאַסטראָפֿע. אויף זײַן אָרט איז געקומען דער רעדאַקטאָר ד”ר יום־טובֿ לעווינסקי. די צײַטונג איז דערשינען במשך פֿון דרײַ יאָר.

„אַרבעטער וואָרט‟ (1928־1936) איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורכן צענטראַל־קאָמיטעט פֿון די באָראָכאָוו־גרופּן אין בעלגיע. ס’איז געווען אַ וואָכנבלאַט פֿון לינקן „פּועלי־ציון‟ אונטער דער רעדאַקציע פֿון זייער מנהיג בייניש זילבערשטיין (אַבֿיגדור). די וואָכן־צײַטונג איז געווען געווידמעט די אינטערעסן פֿון די ייִדישע אַרבעטער־מאַסן איו מערבֿ־אייראָפּע.

ס’איז אויך כּדאי צו דערמאָנען „דער פּאַריזער הײַנט‟ - אַ טעגלעכע צײַטונג דערשינען אין פּאַריז אונטער דער רעדאַקציע פֿון ד”ר יום־טובֿ לעווינסקי. די צײַטונגס-אגנטימער האָבן געוואָלט דערגרייכן דעם ייִדישן לייענער אין בעלגיע, האָט מען צעשיקט די צײַטונג פֿון פּאַריז קיין אַנטווערפּן און בריסל דעם זעלבן טאָג, אין דער פֿרי. די רעדאַקציע האָט יעדן טאָג געווידמעט אַ ספּעציעלע אָפּטיילונג דעם ייִדישן לעבן אין בעלגיע, אונטערן נאָמען „בעלגישע בײַלאַגע צום פּאַריזער הײַנט‟ (1929־1930).

דער „בעלגישער טאָג‟ (1930־1931) איז געווען די ערשטע ייִדישע טאָגצײַטונג. זי איז אויך רעדאַקטירט געוואָרן דורך יום־טובֿ לעווינסקי און אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך אפֿרים שמידט. אין יאָר 1930 האָט מען אין בעלגיע זיך געגרייט צו פֿײַערן דעם הונדערטסטן יאָרטאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט און די נײַע ייִדישע טאָגצײַטונג האָט געזאָלט פֿאַרבינדן די ייִדן אין בעלגיע מיט אַלץ וואָס פּאַסירט אין לאַנד. ס׳רובֿ פֿון די ייִדן זענען געווען עמיגראַנטן, וואָס זענען נאָך נישט אַבסאָרבירט געוואָרן אין דער אָרטיקער קולטור, און נישט גוט געקענט די שפּראַכן פֿון בעלגיע — פֿלעמיש און פֿראַנצייזיש. אַזוי האָבן זיי באַקומען אויף ייִדיש די אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם וואָס עס קומט פֿאָר אינעם ייִשובֿ, דורך ידיעות וועגן ייִדישן לעבן אויפֿן אָרט און אויך אויף דער גרויסער ייִדישער וועלט. צום באַדויערן, איז די צײַטונג נאָך עטלעכע חדשים געשלאָסן געוואָרן. די שוועריקייטן זענען געווען גרויסע: טרענירן די טעכנישע אַרבעטער אין דער רעדאַקציע; צונויפֿנעמען שנעלע איבערזעצערס פֿון פֿראַנצייזיש, ענגליש און פֿלעמיש… ס’זענען פּשוט נישט געווען גענוג רעקלאַמעס אין דער צײַטונג צו דעקן די הוצאות.

„דער בעלגישער לץ‟ (1931) איז געווען אַ הומאָריסטיש־סאַטיריש פֿאַרווײַלונג־בלאַט רעדאַקטירט דורך ל. האָכשטיין, וואָס האָט פֿריִער געאַרבעט אין „מאָמענט‟. דערווײַל האָט זיך אָנגעהויבן אַ שווערער עקאָנאָמישער קריזיס אין דער בריליאַנטן־אינדוסטריע. טויזנטער אַרבעטער האָבן פֿאַרלוירן זייער באַשעפֿטיקונג און אין דער ייִדישער קהילה האָט געהערשט אַ געדריקטע שטימונג. דורך דעם הומאָריסטישן וואָכנבלאַט האָט דער וואַרשעווער זשורנאַליסט ל. האָכשטיין געפּרוּווט די ייִדן דערמוטיקן.

„לעצטע נײַעס‟ (1935-1934) איז לכתּחילה דערשינען אין בריסל ווי אַ וואָכנבלאַט און שפּעטער — ווי אַ טאָגצײַטונג, אונטער דער רעדאַקציע פֿון וו. גראָסמאַן און אַרויסגעגעבן דורכן דרוקער, בן־ציון וואַגנער.

„די ייִדישע וואָך‟ (1934־1939) — אַ וואָכנבלאַט רעדאַקטירט דורך יצחק מאַרגאָשעס אין אַנטווערפּן און בריסל. דאָס וואָכנבלאַט איז געווען פֿול מיט תּוכן: נײַעס וועגן געשעענישן אין בעלגיע און אויף דער וועלט; וויכטיקע נײַעס פֿאַר ייִדן אין בעלגיע; וועגן ייִדן אין מזרח־אייראָפּע און אויף דער וועלט דורך קאָרעספּאָנדענטן; ליטעראַטור; טעאַטער און ספּאָרט; און צום סוף — אויך אַ הומאָריסטיש בלאַט מיט וויצן און קאַריקאַטורן.

בעלגישע בלעטער (1938-1935) איז געווען א זשורנאַל פֿאַר ליטעראַטור, טעאַטער, קונסט און קולטור־פֿראַגן רעדאַקטירט דורך בייניש זילבערשטיין, מיט דער נאָענטער מיטאַרבעט פֿון ד”ר י. ב. צפּור. ס’איז דערשינען אין בריסל אַלע צוויי וואָכן. סך־הכּל זענען אַרויס 20 נומערן.

די אומלעגאַלע ייִדישע פּרעסע אין בעלגיע בעת דער נאַצישער אָקופּאַציע

עס זענען אויך אַרויס אומלעגאַלע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אויף ייִדיש, פֿראַנצייזיש און פֿלעמיש. אין גאַנץ בעלגיע איז נישט געווען קיין איין דרוקערײַ וואָס זאָל האָבן גענוג ייִדישע זעצער צו קענען דרוקן אַ ייִדישע צײַטונג. דעריבער זענען די ייִדישע צײַטונגען נאָך דער באַפֿרײַונג אַרויס ווײַטער העקטאָגראַפֿירט אָדער ליטאָגראַפֿירט.

אין דעצעמבער 1941 איז אין בריסל אַרויס דער ערשטער נומער פֿון דער צײַטונג „אונזער וואָרט‟. די העקטאָגראַפֿירטע אומלעגאַלע חודש־אויסגאַבע אין ייִדיש האָט אַרויסגעגעבן דער לינקער „פּועלי־ציון‟. ביז סעפּטעמבער 1944 זענען אַרויס 35 אומלעגאַלע נומערן אין בריסל; צווישן 750 – 1000 עקזעמפּלאַרן (סך־הכּל: 31,500 עקזעמפּלאַרן). די עיקרדיקע ידיעות וואָס ווערן געבראַכט אין דער אויסגאַבע זענען קודם־כּל אַלגעמיינע — נײַעס פֿונעם פֿראָנט און פֿון דער וועלט; וואָרענונגען לגבי די אמתע כּוונות פֿונעם יודענראַט און די נאַציס; וווּ מע קען באַקומען הילף; „פּועלי ציון‟־געדאַנקען און אויפֿמונטערדיקע רייד.

דעם 15טן סעפּטעמבער 1944 איז אַרויס דער ערשטער לעגאַלער נומער פֿון „אונזער וואָרט‟ מיטן אונטערקעפּל: „באַפֿרײַונגס־נומער‟. נאָך דעם גייט ער ווײַטער אַרויס וועכנטלעך מיטן אונטערקעפּל: „אַרויסגעגעבן פֿון פּועלי־ציון, בעלגיע — ביזן 3טן מאַרץ 1945. דער רעדאַקטאָר איז געווען דוד טראָצקי (1904־1944), בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער רעדאַקטירט די פֿראַנצייזישע אונטערערדישע חודש־אויסגאַבע Le Flambeau. אין מײַ 1940, בעתן היטלערישן אָנפֿאַל אויף בעלגיע, איז ער אַנטלאָפֿן אינעם שטעטל רעוועל), לעבן טולוז, און דאָרט געהאָלפֿן די ייִדישע פּליטים.

אין אָקטאָבער 1940, איז דוד טראָצקי צוריקגעפֿאָרן קיין בריסל, און געווען צווישן די הויפּט־טוערס אין דער אונטערערדישער קאַמפֿס־באַוועגונג קעגן די נאַציס. עטלעכע מאָל איז ער אַרעסטירט געוואָרן דורך דער געסטאַפּאָ, אָבער באַוויזן צו אַנטלויפֿן. דעם 3טן אויגוסט, 1944, איז ער נאָכאַמאָל אַרעסטירט געוואָרן און דעפּאָרטירט געוואָרן קיין דײַטשלאַנד. ער האָט אַ צײַט געאַרבעט אין די לאַגערן אוישוויץ, מאַטהאַוזען און צום סוף — עבענזע, וווּ ער איז פֿאַרפּײַניקט געוואָרן ביז צום טויט.

שפֿרה ווערבער (1908־1997) איז געווען אַ מיט־אַרבעטערין פֿון דער אומלעגאַלער אַרבעטער־צײַטונג „אונזער וואָרט‟. אין די יאָרן 1925 – 1926 האָט זי אָנגעהויבן שרײַבן אין „קינדער־זשורנאַל‟ אין ווילנע; פֿאַר דער מלחמה איז זי געווען אַקטיוו אין ייִדישן קולטור־געזעלשאַפֿטלעכן לעבן און אין די אַרבעטער־אינסטיטוציעס פֿון די לינקע „פּועלי־ציון‟. זי איז געווען אַ ייִדישע לערערין און האָט אין 1948 געדינט ווי אַ דעלעגאַט פֿון בעלגיע צום גרינדונג־צוזאַמענפֿאָר פֿון „אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟ אין ניו־יאָרק.

שפֿרה ווערבער איז אויך געווען אַ געניטע שרײַבערין. אירע לידער, קינדער־מעשׂהלעך, דערציילונגען און אַרטיקלען זענען געדרוקט געוואָרן אין „אונזער וואָרט‟ אין בריסל; אין „אונזערע קינדער‟ און „אַרבעטער־וואָרט‟ אין פּאַריז; אין „ביימעלעך: הונדערט לידער‟ אין בוענאָס־אײַרעס; אין „צוקונפֿט‟, „בלעטער פֿאַר ייִדישער דערציאונג‟ און „אונזער וועג‟ אין ניו־יאָרק; אין „היים‟, „נײַוועלט‟ און „די גאָלדענע קייט‟ אין מדינת־שׂראל. אין 1954 האָט זי זיך באַזעצט אין מדינת־ישׂראל.

אַבוש ווערבער (1908- 1975), אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון „פּועלי־ציון‟ אין בעלגיע שוין פֿאַר דער מלחמה האָט געשאַפֿן און רעדאַקטירט במשך פֿון דער אָקופּאַציע די ייִדישע צײַטונג „אונזער וואָרט‟, וועלכע איז אַרויס אָן איבעררײַס יעדן חודש ווי דער אָרגאַן פֿון דער „פּועלי־ציון פּאַרטיי‟. זײַן לאָגישער חוש האָט אים שטענדיק אונטערגעזאָגט, ווי אַזוי זיך קעגנצושטעלן אַלע מאָסמיטלען לגבי ייִדן מצד דעם דײַטשן אָקופּאַנט, וואָס האָט אין אָנהייב מאַסקירט זײַנע אמתע כּוונות.

בכלל האָט אַבוש ווערבער זיך באַצויגן נעגאַטיוו צו אַלץ, וואָס קומט מצד דעם אָקופּאַנט און זײַן פֿאַרמיטלער אויף דער ייִדישער גאַס — דעם יודענראַט, און האָט גערופֿן צו סאַבאָטירן זייערע פֿאַראָרדענונגען. אין יאָר 1942 ווערט אויף אַבושעס איניציאַטיוו געשאַפֿן בײַם בעלגישן אומאָפּהענגיקייט־פֿראָנט דער ייִדישער פֿאַרטיידיקונג־קאָמיטעט, וואָס זײַן וויכטיקסטע אויפֿגאַבע איז געווען די פֿאַרטיידיקונג פֿון ייִדישן ייִשוב קעגן דעפּאָרטאַציע.

אַבוש איז געווען איינער פֿון די אַקטיווסטע מיטגלידער אין דעם דאָזיקן קאָמיטעט. אים האָט מען איבערגעגעבן די רעסורסן: פֿאַלשע פּאַפּירן, פּרעסע און פּראָפּאַגאַנדע פֿאַרן גאַנצן לאַנד. ער איז אויך איינער פֿון די רעדאַקטאָרן פֿון דער אומלעגאַלער פֿראַנצייזישער אויסגאַבע Le Flambeau און שרײַבט אויך פֿאַר דער פֿלעמישער אומלעגאַלער אויסגאַבע De vrije Gedachte. ער איז צוויי מאָל אַרעסטירט געוואָרן דורך דער געסטאַפּאָ און צום גליק האָט ער זיך אַרויסגעדרייט פֿון זייערע הענט. נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון בעלגיע דעם 3טן סעפּטעמבער 1944 ווערט אַבוש דער פֿאָרזיצער פֿון בריסעלער פּאַרטיי־קאָמיטעט און אויך פֿון צענטראַל־קאָמיטעט.

„דער מאָרגן‟ (1941) איז געווען אַ ייִדישע סאָציאַליסטישע אויסגאַבע, אַ העקטאָגראַפֿירטער בולעטין פֿון דער בונדישער גרופּע. ס’איז אַרויס אין בריסל און עס זענען אַרויס בסך־הכּל פֿיר נומערן: נאָוועמבער 1941, פֿעברואַר 1942, מײַ 1942 און יוני 1943. די ערשטע צוויי נומערן זענען אַרויס העקטאַגראַפֿירט מיט אַ שרײַבמאַשין-שריפֿט, די אַנדערע צוויי העקטאָגראַפֿירט מיט האַנטשריפֿט.

„אונזער קאַמף‟ (1944) איז געווען אַן אויסגאַבע פֿון דער בעלגישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי (אַ ייִדישע גרופּע), וואָס איז אַרויס אין בריסל (דער ערשטער נומער דאַטירט אַפּריל 1944) און איז געווען דער המשך פֿון „אונזער ביולעטין‟, וואָס איז געווען העקטאָגראַפֿירט און האָט געהאַט צווישן 6 און 8 זײַטלעך.

נאָך דער מלחמה איז „אונזער וואָרט‟ ווײַטער אַרויסגעגאַנגען ווי אַ לעגאַלע וועכנטלעכע אויסגאַבע, אין וועלכער אַבוש איז געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע מיטאַרבעטער. אין יאָר 1954 האָט ער עולה געווען מיט זײַן פֿרוי שפֿרה.

בקיצור, פֿאַר דער ערשטער מלחמה זענען די צײַטונגען — סײַ בײַ די ייִדן וואָס זענען דאָרט געבליבן בלויז עטלעכע חדשים, סײַ די וואָס האָבן באַשלאָסן דאָרט צו וווינען — געווען אַ וויכטיקער מקור פֿון אינפֿאָרמאַציע. דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון די צײַטונגען אויף ייִדיש. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָבן די קהילות אָנגעהויבן צו בליִען און עס זענען אין בעלגיע אויך אַרויסגעגעבן געוואָרן טאָג־ און וואָך־צײַטונגען, פּאָליטישע צײַטונגען, ווי אויך הומאָריסטישע און ליטעראַרישע בלעטער.

פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ אין בעלגיע, מיט 65,000 נפֿשות פֿאַר דער מלחמה, זענען נאָכן חורבן איבערגעבליבן נאָר 25,000 ייִדן. בײַ ס׳רובֿ פֿון זיי איז בעלגיע געווען בלויז אַ דורכפֿאָר-לאַנד, אָדער בעסער געזאָגט — אַ פֿאַרבײַגייענדיק לאַנד. ייִדן זענען געקומען פֿון אומעטום, בעיקר פֿון די מזרח-אייראָפּעיִשע לענדער, כּדי ווײַטער צו פֿאָרן קיין אַמעריקע אָדער קאַנאַדע. דאָס רובֿ פֿון זיי זענען געווען אימיגראַנטן, וואָס זענען נאָך נישט אַבסאָרבירט געוואָרן אין דער אָרטיקער קולטור, און נישט גוט געקענט פֿלעמיש און פֿראַנצייזיש. זיי האָבן שטאַרק געוואָלט וויסן די עיקרדיקע אינפֿאָרמאַציע ווי אַזוי צו באַקומען הילף בעת זייערע אײַנשטיין אין בעלגיע און ווי צו באַקומען ידיעות וועגן וואָס עס טוט זיך אין בעלגיע און אויף דער וועלט, אויף אַ לשון וואָס זיי פֿאַרשטייען. בײַ זיי, זענען די צײַטונגען אויף ייִדיש געווען אַ מוזזאַך.

ווען נישט די צווייטע וועלט־מלחמה, וואָלט די דאָזיקע ווירקלעכקייט זיך אפֿשר נאָך ווײַטער אַנטוויקלט. צום באַדויערן האָט די נאַצישע אינוואַזיע דעם דאָזיקן אויפֿבלי געבראַכט צו אַן איבערנאַכטיקן אויפֿהער. נישט געקוקט אויף דעם האָבן די אונטערגרונט־צײַטונגען (דער עיקר „אונזער וואָרט‟) מצליח געווען בײַם אַרויסגעבן אַ חודש־בלאַט כּדי צוצוהעלפֿן די ייִדן אין בעלגיע אין די פֿינצטערע יאָרן. נאָך דער מלחמה, זענען אויך די זעלביקע „פּועלי־ציון‟ מיטגלידער ממשיך געווען מיט זייער אַרבעט, און די צײַטונגען ווײַטער אַרויסגעגעבן.

כאָטש מע האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע צײַטונגען און בלעטלעך נאָכן חורבן, זענען זיי שוין געווען אַ סך ווינציקער. הײַנט זענען שוין נישטאָ קיין צײַטונגען אויף ייִדיש, אַחוץ די אומרעגולערע בלעטלעך פֿון די חסידישע קרײַזן אין אַנטווערפּן.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.