גרינדער פֿון באָראָ־פּאַרקער „שומרים‟ אַרעסטירט פֿאַרן פֿאַרגוואַלדיקן אַ מיידל

Founder of Boro Park Shomrim Arrested for Raping Girl


פֿון יהושע נתן־קייזיס

Published May 11, 2018.

יעקבֿ דאַקסאַל, אַ גרינדער פֿון „חבֿרת שומרים‟ און איינער פֿון די פּאָליטיש־מעכטיקסטע עסקנים אויף דער חסידישער גאַס אין באָראָ־פּאַרק, איז דאָנערשטיק אַרעסטירט געוואָרן אויף דער באַשולדיקונג אַז ער האָט פֿאַרגוואַלדיקט אַ מיידל. לויטן אָנקלאָג פֿון דער ברוקלינער פּאָליציי איז דאַסקאַל עטלעכע מאָל געשלאָפֿן מיטן מינדעריעריקן מיידל צווישן אויגוסט און נאָוועמבער 2017. לויט דער ניו־יאָרקער פּרעסע איז דאָס מיידל צו יענער צײַט געווען 15 אָדער 16 יאָר אַלט. דאַסקאַל איז 59 יאָר אַלט.

„,ס׳איז אַבסאָלוט באַאומרויִקנדיק,‟ האָט דער אַסעמבלימאַן דובֿ הײַקינד איבערגעגעבן דעם Forward. „איך הייב בלויז איצט אָן דאָס צו באַנעמען. איך האַלט אין איין באַקומען מעלדונגען אויפֿן טעלעפֿאָן. ער וווינט גלײַך לעבן דאָ, אויפֿן זעלביקן בלאָק.‟

דאַסקאַל איז די וויכטיקסטע פּערזענלעכקייט אין „חבֿרת שומרים.‟ די אָרגאַניזאַציע, וואָס פּאַטראָלירט די געגנט אין כּמו־פּאָליציייִשע אויטאָס און פֿאַרהאַלט געדעכטע פֿאַרברעכער ביז עס קומען אָן די פּאָליציי, האָט גאָר נאָענטע באַציִונגען מיט די אָרטיקע אינסטאַנצן. פֿאַראַיאָרן האָט דער „עף־בי־אײַ‟ געפֿאָרשט די באַציִונגען צווישן „חבֿרת שומרים‟ און דער ניו־יאָרקער פּאָליציי און אַרעסטירט אַ „שומרים‟־מיטגליד פֿאַרן געבן כאַבאַר, כּדי וואָס גיכער צו באַקומען דערלויבעניש צו טראָגן אַ פּיסטויל.

דאַקסאַל, וועמען מע האָט ניט באַשולדיקט אין יענעם אינצידענט, האָט פֿאַרצייכנט יענעם שומרים־מיטגליד ווי „אַ פֿאַרפֿוילטער עפּל.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.