מאַלפּעס מחבר־רעכט־ענין: אַ ייִדיש קוקווינקל

The Monkey Copyright Dispute: A Jewish View

איינס פֿון סלייטערס פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס האָט אַרויסגערופֿן די קאָנטראָווערסיע
Wikimedia
איינס פֿון סלייטערס פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס האָט אַרויסגערופֿן די קאָנטראָווערסיע

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 14, 2018.

דעם 7טן מײַ האָט דער זשורנאַל „האָליוווּד־רעפּאָרטער‟, אַ באַקאַנטער נײַעס־קוואַל פֿון דער אַמעריקאַנער קינאָ־אינדוסטריע, איבערגעגעבן, אַז די קינאָ־סטודיע Condé Nast Entertainment האָט געקויפֿט בײַם בריטישן פֿאָטאָגראַף דייוויד סלייטער דאָס רעכט צו שאַפֿן אַ דאָקומענטאַר וועגן דעם אומגעוויינטלעכן געריכט־פּראָצעס צווישן אים און אַ מאַקאַקע, אַ זעלטענער מין מאַלפּעס.

אין 2008, האָט סלייטער אָנגעהויבן אַרומפֿאָרן אין אינדאָנעזיע צו פֿאָטאָגראַפֿירן דאָרטן די קודלאַטע שוואַרצע מאַקאַקעס (Celebes crested macaque). אין אַ צאָל פּרעסע־אַרטיקלען, האָט סלייטער געמאָלדן, אַז די מאַלפּעס האָבן אָנגעהויבן מאַכן אייגענע „סעלפֿיס‟. שפּעטער האָט ער מסביר געווען, אַז ס׳איז אַ גוזמא; די מאַקאַקעס האָבן טאַקע פֿאָטאָגראַפֿירט זיך אַליין, אָבער נישט וויסנדיק; בעתן שפּילן זיך מיט דער פֿאָטאָ־אַפּאַראַטור, האָבן זיי אַ קוועטש געגעבן אויף אַ ספּעציעל קנעפּל, וואָס סלייטער האָט געהאַט צוגעגרייט.

די פֿאָטאָגראַפֿיעס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט פֿרײַ אויף דער אינטערנעץ; די „וויקימעדיע־פֿונדאַציע‟ האָט באַשלאָסן, אַז ווי באַלד די מאַלפּעס האָבן זיך אַליין פֿאָטאָגראַפֿירט, איז נישטאָ וואָס צו רעדן וועגן מחבר־רעכט. נאָך אַ סעריע דעבאַטן, אין 2015, האָט די חיות־רעכט־אָרגאַניזאַציע PETA אָבער אָנגעקלאָגט אין געריכט לטובֿת דער מאַלפּע מיטן צוגעטראַכטן נאָמען נאַרוטאָ. PETA האָט באַטאָנט, אַז די מחבר־רעכט דאַרפֿן געהערן צו דער מאַלפּע.

דעם 23סטן אַפּריל האָט דאָס אַמעריקאַנער פֿעדעראַלע אַפּעל־געריכט פֿונעם נײַנטן קרײַז באַשלאָסן, אַז די מאַלפּע, נישט זײַענדיק אַ מענטש, קאָן נישט פֿאַררעכנט ווערן ווי דער אייגנטימער פֿון אירע פֿאָטאָגראַפֿיעס. דעריבער געהערן די מחבר־רעכט צום פֿאָטאָגראַף, סלייטער.

די מעשׂה זעט אויס קאָמיש; דערפֿאַר האָט זי באַלד צוגעצויגן דעם אינטערעס פֿון קינעמאַטאָגראַפֿן. צוויי פֿון די מענטשן וואָס שפּילן וויכטיקע ראָלעס אין פֿילמירן דעם דאָקומענטאַר, זענען ייִדן: דאָון אָסטראָף, די פּרעזידענטין פֿון Conde Nast, און דער פּראָדוסער — דזשערעמי שטעקלער. אָסטראָף האָט אָנגעהויבן איר ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־קאַריערע אין מיאַמי. הײַנט וווינט זי אין ניו־יאָרק און פֿאַרנעמט זיך, אַחוץ קינעמאַטאָגראַפֿיע, מיטן שטיצן אַ ריי געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט דעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟.

שטעקלער איז באַקאַנט פֿאַר אַ ריי שוידער־פֿילמען פֿול מיט גוואַלד און שיסערײַ. אַ חידוש, אַז דער מאַלפּע־מישפּט האָט פֿאַראינטערעסירט אַ קינעמאַטאָגראַף מיט אַזאַ פּראָפֿיל.

דער פֿילם רופֿט אָבער אַרויס אַ סך פֿראַגעס וועגן די געזעצן פֿונעם אינטעלעקטועלן אייגנטום, וואָס ווערן אָפֿט אָנגעווענדט אין פֿאַרשיידענע געביטן — אַרײַנגערעכנט קינעמאַטאָגראַפֿיע — און דינען ווי אַ סיבה פֿון פּוסטע, אומיושרדיקע און שעדלעכע געריכט־תּבֿיעות.

הגם דער מישפּט קעגן אַ מענטשן לטובֿת אַ חיה איז טאַקע אַ חידוש, זענען געריכט־פּראָצעסן איבער בעלי־חיים באַקאַנט פֿון אוראַלטע צײַטן. אין דער תּורה שטייט געשריבן, אַז אויב אַן אָקס דערהרגעט אַ מענטש, מוז מען אים פֿאַר דעם פֿאַרשטיינערן, און דער בעל־הבית איז נישט שולדיק. אָבער, אויב דער אָקס האָט שוין פֿריִער דרײַ מאָל עמעצן געבוצקעט, זענען אי די בהמה, אי דער בעת־הבית חייבֿ־מיתה.

די פּרטימדיקע הלכות פֿונעם „שור המועד‟ — אַן אָקס, וואָס איז באַקאַנט ווי אַ מסוכּנער – זענען גאַנץ קאָמפּליצירט. בײַ ייִדן איז למעשׂה נישטאָ קיין טויט־שטראָף; דעם שולדיקן אָקס מוז מען על־פּי הלכה אויך נישט דערהרגענען אין די הײַנטיקע צײַטן. אינעם שולחן־ערוך ווערן בלויז באַהאַנדלט פּראַקטישע הלכות פֿון קאָמפּענסאַציע, וואָס דער בעל־הבית מוז באַצאָלן פֿאַר זײַן בהמהס היזק. אין פּרינציפּ, האָט אָבער דער סנהדרין געדאַרפֿט דורכפֿירן אַ גאַנצן מישפּט קעגן דער בהמה.

אַן אַנדער באַקאַנטער פֿאַל איז, במחילה, דער ענין פֿון משכּבֿ־בהמה, ווען אַ מענטש שלאָפֿט מיט אַ חיה. אין טעאָריע, קומט פֿאַר דעם טויט־שטראָף סײַ דעם מענטש, סײַ דעם נישט־מענטשלעכן סעקסועלן פּאַרטנער. ווידער, וואָלט דער סנהדרין געדאַרפֿט באַטראַכטן אַלע פּרטים פֿון דער מעשׂה. אין דער אייראָפּעיִשע געשיכטע זענען פֿון צײַט צו צײַט טאַקע פֿאָרגעקומען מישפּט־פּראָצעסן אין שײַכות מיטן דאָזיקן ענין; אין דער הײַנטיקער תּקופֿה קלינגען זיי גאַנץ אַכזריותדיק, אָבער פֿאָרט קאָמיש.

אין אַ ראַיאָן וואָס געפֿינט זיך הײַנט אין פּאַריז, האָט מען אינעם יאָר 1750 געמישפּט אַן אייזלטע, מיט וועלכער איינער אַ מאַן איז איבערגעשלאָפֿן. דעם מאַן האָט מען פֿאַרמישפּט אויף טויט. די אייזלטע האָט דאָס געריכט באַפֿרײַט, ווײַל דער אָרטיקער גלח און עטלעכע פּויערן האָבן עדות געזאָגט, אַז זי האָט אַן איידעלן כאַראַקטער.

דער ביבלישער ענין פֿון „שור המועד‟ איז אויך געווען גוט באַקאַנט אין דער מיטל־עלטערלעכער אייראָפּע, וווּ מע האָט עס צו מאָל אָפּגעטײַטשט אויף אייגנאַרטיקע אופֿנים. דער שאָטלענדישער שרײַבער ראָבערט טשיימבערס (1871-1802) דערציילט איז זײַן „בוך פֿון טעג‟ וועגן דעם מישפּט איבער אַ חזירטע און אירע חזירימלעך, וועלכע האָבן, ווי די אָנקלאָגער האָט געטענהט, דערמאָרדעט אַ קינד. די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען אין 1457. די ריכטער האָבן באַשלאָסן, אַז די חזירימלעך זענען נישט שולדיק, אָבער די מאַמע האָט מען פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מערדערין און געטייט.

אַן אילוסטראַציע פֿונעם מישפּט איבער אַ משפּחה חזירים אין ראָבערט טשיימבערס „בוך פֿון טעג‟
Wikimedia
אַן אילוסטראַציע פֿונעם מישפּט איבער אַ משפּחה חזירים אין ראָבערט טשיימבערס „בוך פֿון טעג‟

אַ גאַנצע ריי ענלעכע פֿאַלן האָט געזאַמלט אין אירע פֿאָרשונגען די קאַנאַדער אַדוואָקאַטין אַנילאַ סריוואַסטאַוואַ. זי באַמערקט, אַז צוערשט פֿלעגט מען אין אַזעלכע פֿאַלן אײַנזעצן די בהמה אין תּפֿיסה און ברענגען אינעם געריכט, ממש ווי אַ מענטש, כּדי זי זאָל אויסצוהערן דעם מיפּשט און ווערדיקט. אין דער הײַנטיקער אַמעריקע און אַנדערע לענדער זענען פֿאַראַן געזעצן, לויט וועלכע מע ברענגען אַ הונט, וועלכער האָט עמעצן ערנסט געביסן, צום וועטערינאַר אײַנצושלעפֿן. מע קאָן זיך איבער דעם מישפּטן, אָבער דער הונט בלײַט באַטראַכט בלויז ווי אַן אָביעקט, נישט ווי דער באַשולדיקטער. מיט הונדערטער יאָרן צוריק פֿלעגט מען אָבער פֿירן געהעריקע געריכט־פּראָצעסן איבער די מסוכּנע חיות, לויט אַלע מענטשלעכע כּללים, מיט באַשולדיקער און אַדוואָקאַטן פֿונעם הונט אַליין. אין עסטרײַך, למשל, אינעם 17טן יאָרהונדערט, האָט אַ געריכט באַשלאָסן אײַנצוזעצן אַ בייזן הונט אויף איין יאָר אין טורמע פֿאַר בײַסן דעם פֿוס פֿון אַן אָרטיקן באַאַמטן.

אַן אַנדער מין מישפּט־פּראָצעסן, ספּעציפֿיש פֿאַר דער אַמאָליקער קאַטוילישער אייראָפּע, האָט געהאַט צו טאָן מיט באַשולדיקונגען פֿון חיות אין פֿאַרבינדונג מיטן טײַוול. אינעם 1474 האָט אַ האָן געלייגט אַן איי אין דער דײַטשישער שטאָט באַזל — אַ זעלטענער, אָבער וויסנשאַפֿטלעך־באַשטעטיקטער פֿענאָמען, פֿאַרבונדן מיט געוויסע גענעטישע מוטאַציעס, ווי מיר ווייסן הײַנט. מע האָט דורכגעפֿירט אַ מישפּט און באַשלאָסן, אַז דער האָן איז באַגאַנגען אַ „געפֿערלעך און אומנאַטירלעך פֿאַרברעכן‟, אַז ער האָט זיך פֿאַרבונדן מיטן שׂטן, כּדי פֿון זײַן איי זאָל אַרויסקומען אַ דראַקאָן. ווי באַלד די עופֿות און בעלי־חיים האָט מען געמישפּט ממש ווי אַ מענטש, פֿלעגט מען זיי אין אַזעלכע פֿאַלן אויך פֿאַראורטיילן צום „מענטשלעכן‟ עונש: פֿאַרברענט צו ווערן אויף אַ שײַטער…

אינעם אַנומלטיקן אַמעריקאַנער פּראָצעס האָט די מאַלפּע, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, געדינט בלויז ווי אַ פֿאָרמעלער תּירוץ. די מאַקאַקע איז געבליבן אין אינדאָנעזיע און קיינער האָט זי נישט געטראַכט צו ברענגען אין געריכט. די קריטיקער פֿון PETA טענהן, אַז די אָרגאַניזאַציע האָט צוגעטראַכט אַן אומגעוויינטלעכע קונץ צו רעקלאַמירן איר אַדזשענדע; זי האָט נישט געמיינט ערנסט, אַז אַ מענטש קאָן זיך מישפּטן מיט אַ חיה.

להיפּוך, האָבן די מיטל־עלטערלעכע ריכטער, צום גוטן צי צום שלעכטן, טאַקע באַטראַכט די חיות און בהמות ווי חשובֿע באַשעפֿענישן, וואָס האָבן אַן אייגענעם שׂכל און זענען בכּוח צו באַגיין בכּיוונדיקע פֿאַרברעכנס. פֿאַר דער אינדוסטריעלער רעוואָלוציע, האָבן די חיות געשפּילט אויף יעדן שריט און טריט אַ פּראָמינענטע ראָלע אין דער געזעלשאַפֿט. מע האָט זיי געשאַצט ווי אמתע געהילפֿן, און נישט סתּם אַן עלעמענט פֿון עקאָנאָמיע, שפּילעכלעך צי טשיקאַוועסן, ווי הײַנט.

אַזוי צי אַזוי, וועט זיך, האָפֿנטלעך, באַקומען וועגן דעם „פּראָצעס צווישן סלייטער און נאַרוטאָ‟ אַן אינטערעסאַנטער פֿילם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.