ווידעאָ: די „פּאַפּירענע בריגאַדע‟ — אַ פֿאַרכאַפּנדיקע „ייִוואָ‟־אויסשטעלונג

Video: The Paper Brigade - A Tour of the YIVO Exhibit with Dr. David Fishman

פֿון דזשאָרדין קוציק; ברײַען וויניק

Published May 15, 2018.

אין דעם ווידעאָ פֿון דער אויסשטעלונג בײַם „ייִוואָ,” דערוויסט מען זיך די אומגלייבלעכע געשיכטע פֿון דער „פּאַפּירענער בריגאַדע,‟ אַ גרופּע ייִדישע אינטעליגענטן וואָס האָבן ריזיקירט מיטן לעבן כּדי צו ראַטעווען טויזנטער ייִדישע ביכער און דאָקומנטן אין דער ווילנער געטאָ. דער „פֿאָרווערטס” וויל באַדאַנקען דעם פּערסאָנאַל פֿונעם „ייִוואָ” פֿאַר זייער הילף בײַם צוגרייטן דעם פֿילם.