ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

Getty Images

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published May 15, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

הײַנט וועלן מיר רעדן וועגן דער דעמאָגראַפֿישער פּוסטקייט וואָס מוטשעט אונדז ייִדן און אויך די פּאָליאַקן דאָ אין לאַנד.

די דײַטשן האָבן געטאָן אַלץ וואָס זיי האָבן געקאָנט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה כּדי עס זאָלן נישט בלײַבן קיין ייִדן אין אייראָפּע.

די פּאָליאַקן האָבן נישט דערמוטיקט די ייִדן וואָס זענען על־פּי נס לעבן געבליבן צו בלײַבן אין פּוילן נאָך דער מלחמה.

הייסט עס, אַז עס איז געבליבן אַ דעמאָגראַפֿישע פּוסטקייט אין מיטן אייראָפּע. 70 יאָר נאָך דער מלחמה זעט אויס אַז די דעמאָגראַפֿישע פּוסטקייט בלײַבט נאָך אַלץ פּוסט. ערגער נאָך. לויט אַלע סימנים וועט זי ווערן נאָך פּוסטער.

ס’איז נישט קיין וווּנדער. כּדי די באַפֿעלקערונג זאָל בלײַבן סטאַביל מוזן פֿרויען, דורכשניטלעך, האָבן מער ווי צוויי קינדער. די צרה איז אָבער אַז פּוילישע פֿרויען האָבן, דורכשניטלעך, 1.3 קינדער. דײַטשישע פֿרויען, אַגבֿ, האָבן אַ סמיטשיק מער אָבער אויך נישט גענוג קינדער די באַפֿעלקערונג זאָל נישט גיין באַרג אַראָפּ.

ס’איז דערפֿאַר אויך נישט קיין וווּנדער אַז די גרויסע פּוילישע צײַטונג, „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, האָט נאָר וואָס געשריבן אַז אַ ריי פּוילישע שטעט וועלן ביזן יאָר 2050 פֿאַרלירן אַן ערך פֿופֿציק פּראָצענט פֿון זייערע אײַנוווינערס. טאָרנע, למשל. דאָס רובֿ שטעט וואָס האַלטן אין איין פֿאַרלירן זייערע תּושבֿים געפינען זיך אין שלעזיע, אין געביטן וואָס זענען געווען אַ טייל פֿון דײַטשלאַנד ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה.

נישט אַלע ווייסן אַז אַן ערך פֿופצן מיליאָן דײַטשן זענען נאָך היטלערס מפּלה אַנטלאָפֿן אָדער פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון זייערע היימען אינעם מזרחדיקן טייל פֿונעם „רײַך‟. טויזנטער הײַזער זענען געבליבן ליידיק. די פּוילישע מאַכט האָט דערמוטיקט די ייִדן, לעבן געבליבענע פֿון די אַרומיקע אומברענג־לאַגערן, אָדער געראַטעוועטע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, זיך אַרײַנצוציִען אין די דאָזיקע הייזער. טויזנטער ייִדן האָבן טאַקע אַזוי געטאָן.

פּוילן האָט אַפֿילו פּראָדוצירט אַ פּראָפּאַגאַנדע־פֿילם וועגן די נײַע ייִדישע אײַנוווינערס וואָס האָבן זיך אײַנגעאָרדנט אין די אַמאָליקע דײַטשישע שטעט. דער פֿילם, „דער נײַער ייִדישער ייִשובֿ אין נידער שלעזיע‟, דערציילט מיט שטאָלץ ווי די ייִדן האָבן אויפֿגעלעבט די פּוסט געוואָרענע דײַשטישע שטעט. דער פֿילם לאזָט אונדז וויסן אַז די ייִדן האָבן זיך געלערנט פּראָדוקטיווע מלאכות; זענען געוואָרן קוילן־גרעבערס, שלײַפֿערס, מאַשיניסטן און נאָך און נאָך פּראָדוקטיווע בעל־מלאָכות.

<

iframe width=”640” height=”360” src=”https://www.youtube.com/embed/5q82LKt7Zi0” frameborder=”0” allow=”autoplay; encrypted-media” allowfullscreen=”true”>

עס האָט כּמעט אויסגעזען אַז דער בונדישער חלום וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן, סאָציאַליסטישן ייִדישן ייִשוב אין פּוילן, וועט סוף־כּל־סוף מקוים ווערן.

עס האָט זיך אָבער אויסגעלאָזט אַ בוידעם. סײַ די פּוילישע באַפֿעלקערונג סײַ די פּוילישע מאַכט האָבן זיך באַנומען אויף אַזאַ אופֿן אַז די ייִדן האָבן געמאַכט א ויבֿרח.

אין וואַלבזשיך, למשל (וואַלדנבורג אויף דײַטש), האָבן אין די נאָך־מלחמהדיקע יאָרן געוווינט אַ טויזנט ייִדישע קוילן־גרעבער. גאַנצע גאַסן האָבן גערעדט ייִדיש. די טעג איז דאָרט נישט געבליבן אַפֿילו קיין מנין. פֿון ייִדישע קינדער איז שוין אָפּגערעדט.

די דעמאָגראַפֿישע מכּה איז ווייניקער טראַגיש בײַ די פּאָליאַקן. זי בלײַבט אָבער, ווי עס שרײַבט די „גאַזטעאַ וויבאָרטשאַ‟, זייער אַן ערנסט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.