באַנקעט לכּבֿוד ד׳׳ר חוה לאַפּין

Banquet in Honor of Dr. Chava Lapin

ד׳׳ר חוה לאַפּין
YIVO
ד׳׳ר חוה לאַפּין

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published May 16, 2018.

ווי אַן אויפֿן צו פּראַווען דאָס 50סטן יאָר פֿון „דער זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון אוריאל ווײַנרײַך‟, וועט דער „ייִוואָ‟ דעם זומער אָפּהאַלטן אַ באַנקעט לכּבֿוד דער לאַנגיאָריקער ייִדיש־לערערקע און כּלל־טוערין לטובֿת דעם „ייִוואָ‟ — ד׳׳ר חוה לאַפּין, ווי אויך אַ ריי אַנדערע פּראָגראַמען און פֿײַערונגען.

דערצו וועט מען אַפֿילו אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז פֿון דער זומער־פּראָגראַם.

דער באַנקעט, וואָס קומט פֿאָר מיטוואָך, דעם 11טן יולי, וועט דינען ווי אַ בענעפֿיט לטובֿת דער „זומער־פּראָגראַם‟ און אַ נײַעם פֿאָנד אויפֿן נאָמען פֿון ד׳׳ר לאַפּין אויף צו דעקן די הוצאות פֿון סטודענטן וואָס ווילן לערנען זיך ייִדיש בײַם „ייִוואָ.‟ אויפֿן באַנקעט וועט מען דורכפֿירן ליטעראַרישע רעציטאַציעס און מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען מיט דער באַטייליקונג פֿון שיין בייקער, דניאל קאַהן, זלמן מלאָטעק, מרים־חיה סיגל און יעלענאַ שמואלענסאָן.

אין צוזאַמענהאַנג מיטן פֿײַערלעכן אָוונט שאַפֿט מען אַ יובֿל־בוך לכּבֿוד 50 יאָר פֿון דער זומער־פּראָגראַם, צו וועלכן מע רופֿט יחידים און אָרגאַניזאַציעס צוצושטעלן אַן אַנאָנס — אַן אַלטע טראַדיציע בײַ ייִדן אויף אונטערנעמונגען וואָס דינט ווי אַ געלטשאַף־מיטל. די פּרײַזן פֿון די אַנאָנסן זענען פֿאַרשידנאַרטיקע. די נעמען פֿון די וואָס שענקען 180$ וועט מען אויסרעכענען אין דער רשימה מנדבֿים. די וואָס גיבן דעם העכסטן בײַשטײַער — $18,000 — וועט מען אָפּגעבן די גאַנצע זײַט פֿון דער הינטערהילע.

אַנאָנסן און בילעטן ($50) קען מען באַשטעלן ביזן 21סטן יוני.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://yivo.org/Summer50.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.