שבֿועות, ווען ייִדן האָבן זיך דערנענטערט צו דער נאַטור

Shavuos – the Holiday That Drew Jews Closer To Nature

Wikimedia

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published May 16, 2018.

„פֿון אַלע שלוש־רגלים האָט דער ייִד מער הנאה פֿון שבֿועות.‟ אַזוי שרײַבט אַ. ש. זאַקס אין זײַן ווערק „חרובֿע וועלטן‟ (1917). אַ ייִדיש ווערטל איז מסכּים מיט אים: שבֿועות איז דער בעסטער יום־טובֿ: סוכּות מעג מען עסן וואָס מע וויל, אָבער ניט וווּ מען וויל. פּסח מעג מען עסן וווּ מען וויל, אָבער ניט וואָס מע וויל. אָבער שבֿועות מעג מען עסן וואָס מע וויל, וווּ מען וויל.

ווײַטער שרײַבט זאַקס אַז אין ליטע, וווּ ס’איז אַ ביסל קעלטער, פֿאַלט אויס דער יום־טובֿ טאַקע אין מיטן פֿרילינג. די ייִנגלעך זענען געלאָפֿן אין וואַלד רײַסן גרינס, בלומען און גרינע צווײַגלעך, צו באַצירן די שטוב. נישט בלויז שיין און גרין האָבן אויסגעזען די שטיבער, אָבער אויך דער ריח פֿון דער נאַטור האָט זיך געפֿילט אין אַלע היימען. נאָכן לייענען מגילת-רות האָבן די ייִדן אויך געפֿילט די פֿאַרבינדונג צווישן דעם ריח פֿון די פֿעלדער אַרום דעם שטעטל מיט די פֿעלדער פֿון תּבֿואה אין דער מגילה.

דער מינהג צו קלײַבן גרינס איז געווען פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ ייִדישלאַנד, סײַ בײַ זאַקס אין דער ליטע, סײַ בײַ שלום־עליכמען אין אוקראַיִנע. אין זײַן קינדער־דערציילונג „גרינס אויף שבֿועות‟ האָט אונדזער באַליבטער קלאַסיקער אָבער געשריבן וועגן אַ ייִנגל וואָס האָט דווקא אַן אַמביוואַלענטע באַציִונג צו דער נאַטור. ווען דאָס ייִנגל גייט איינער אַליין אויף די פֿעלדער צו קלײַבן גרינס, דאַכט זיך אים, אַז ער איז דער באַלעבאָס, אַ פּרינץ, וואָס די גאַנצע נאַטור, די גאַנצע לאַנדשאַפֿט, געהערט אים. מיט אַמאָל דערזעט ער אומעטום שׂונאים — די פּלישתּים! „דער לאַנגער דראָנג מיטן געלן היטל‟ (דאָס מיינט ער — דער סאָנישניק) איז אַ מין גלית הפּלישתּי. וועגן „די נידעריקע וואָס מע געפֿינט זיי האַרט בײַ דער ערד מיט גרינע קוטשמעס‟ (קרויט, הייסט עס), טראַכט דאָס ייִנגל, שוין אַ ביסל פּאַראַנויִש: „זיי וועלן זיך אָנשיכּורן און טאָן מיר אַן אומגליק‟. באַלד האַלט ער מלחמה מיט די געוויקסן און רײַסט זיי אַלע אַרויס. אין זײַן פֿאַנטאַזיע רעכנט ער זיך אָפּ פֿאַר ייִדיש בלוט: פֿאַר די ייִדן אין שפּאַניע, מאָראָקע, ביתר, ירושלים — ביז אַ דערוואַקסענער רײַסט אים בײַם אויער און ער ווערט ניכטער.

פֿאַר וואָס הייסט דער יום־טובֿ שבֿועות? ווײַל די ייִדן האָבן באַקומען די תּורה נאָך די זיבן וואָכן (שבֿועות) נאָך פּסח, אויפֿן פֿופֿציקסטן טאָג. אָבער „שבֿועות‟ קען דאָך אויך הייסן עפּעס וואָס מע האָט געשוווירן. אין „טעמי מינהגים‟ טײַטשט מען עס טאַקע אַזוי — „דער אייבערשטער האָט געשוווירן, אַז ער זאָל אונדז נישט איבערבײַטן פֿאַר קיין אַנדער פֿאָלק, און, אַז מיר זאָלן אים נישט, חס־וחלילה, איבערבײַטן‟. וועגן די וואָכן ווערט אין גאַנצן נישט דעמאָנט.

עס זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע טעמים, פֿאַר וואָס מע עסט מילכיקס שבֿועות, אָבער זאַקס׳ אויסטײַטש איז אַן אָריגינעלער: פֿלייש „וועקט אויף די חיה אין מענטשן‟ און בשעת דעם יום־טובֿ דאַרך מען פֿילן די רויִקייט פֿון דער שיינער נאַטור. עס פּאַסט גיכער צו עסן „מילכיקער געריכטער, וואָס זײַנען אי גרינג צו פֿאַרדייען, אי אַפּעטיטלעך אין אויסזען‟.

און פֿאַר וואָס שטעלט מען גרינס אומעטום? ענטפֿערט דער מחבר פֿון „טעמי־מינהגים‟ אַז דאָס איז „אַ זכר צו דער שׂימחה פֿון מתּן־תּורה וווּ עס איז געוואַקסן גראָז אַרום דעם באַרג סיני.‟ באַצירן מיט גרינס טוט מען סײַ אין דער היים, סײַ אין שיל. אַגבֿ, זאַקס דערמאָנט, אַז בײַ זיי אין דער ליטע האָט מען געבראַכט גרינס, אָבער נישט קיין בלומען אין דער שיל. די ליטוואַקעס האָבן אָפֿט זיך געהאַלטן מער אַסקעטיש אין זייער קוק אויף דער וועלט. והאָ־ראַיה, אין די סוכּות פֿון חב״ד האַלט מען נישט פֿון קיין שיינע דעקאָראַציעס וואָס זאָלן הענגען אין דער סוכּה.

דער מחבר ב. גאָרין געדענקט, אַז אַלע האָבן געהאַט וואָס צו טאָן בײַם צוגרייטן זיך אויף שבֿועות. זײַן מאַמע האָט געבאַקן חלה מיט ראָזשינקעס און זאַפֿראַן. דער טאַטע האָט געמאַכט פֿייגעלעך פֿון אויסגעבלאָזענע אייער, צוגעטשעפּעט קליינע פֿעדערלעך און זיי אויפֿגעהאָנגען אויף די באַלקנס. די קינדער האָבן געריסן גרינס ווי אויך אַרויפֿגעקלעפּט אויף אַלע פֿענצטער „שבֿועות־צאַצקעס‟: פּאַפּירשניט וואָס ווײַזן סצענעס פֿון תּנ״ך, ווי אויך פֿאַנטאַסטישע ווילדע חיות, ווי אַ באַשעפֿעניש ווס איז האַלב־לייב, האַלב־אָדלער.

מען האָט די „צאַצקעס‟ אויך אָנגערופֿן „שבֿועותלעך‟ אָדער „רייזעלעך‟ און די ייִדישע קונסט פֿון פּאַפּירשניטערײַ איז אויפֿגעלעבט געוואָרן במשך פֿונעם לעצטן דור. שבֿועות, אַ פֿרילינג־יום־טובֿ, האָט, אַ פּנים, אויפֿגעוועקט די קינסטלערישע געפֿילן און טאַלאַנטן בײַ די ייִדן און צוזאַמען מיט דער פֿרייד פֿון מתּן־תּורה, האָט מען אויך געפּראַוועט די פֿרייד פֿון מתּן־נאַטור.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.