„כּחול הים“

Like the Sand On the Shore

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 16, 2018.

די וואָך, גלײַך נאָך שבת, ווען מיר הייבן אָן לייענען דעם פֿערטן חלק פֿונעם חומש „במדבר‟, פֿאַלן אויס די צוויי טעג פֿונעם חג־השבֿועות.

די פּרשה באַשטייט אין אַ גרויסער מאָס פֿון פּרטימדיקע חשבונות פֿון אַלע ייִדישע שבֿטים, בראָש מיט זייערע נשׂיאים — אַחוץ די לוויים, וועלכע ווערן געציילט באַזונדערס. צוזאַמען מיט די חשבונות ווערן אויך דערקלערט אויף וועלכער זײַט פֿונעם מישכּן דאַרף שטיין די מחנה פֿון יעדן שבֿט און די באַזונדערע עבֿודות פֿון פֿאַרשיידענע לוויים־משפּחות: בני־גרשון, בני־קהת און בני־מררי.

בדרך־כּלל, איז אונדזער סדרה אָבער פֿול מיט חשבונות; דערפֿאַר איז דער גאַנצער חומש „במדבר‟ באַקאַנט אין דער נישט־ייִדישער טראַדיציע ווי „די צאָלן‟ (Numbers), און בײַ ייִדן – „ספֿר הפּיקודים‟ – דער ספֿר פֿון ציילונגען.

דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס הגם די ציפֿערן אין אונדזער פּרשה קלינגען גאַנץ גענוי און פּרטימדיק, זענען זיי למעשׂה ווײַט נישט קיין פּינקטלעכע. ווען דער אייבערשטער האָט, בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה, געהייסן משה רבינו איבערצוציילן יעדן שבֿט, האָט ער אָנגעזאָגט אַרײַנצורעכענען בלויז מענער פֿון 20 ביז 60 יאָר אַלט – בלויז די, וואָס זענען בכּוח צו דינען ווי מיליטער־לײַט.

דער מאַקסימאַלער עלטער ווערט נישט דערמאָנט אויף אַ דירעקטן אופֿן אין דער תּורה, אָבער דער אַברבנאל און אַנדערע מפֿרשים זענען מסביר, אַז אַ מאַן עלטער ווי אַ בן־שישים קאָן מער נישט פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אַ פּאָטענציעלן סאָלדאַט. וואָס שייך די לוויים, איז די פֿאַררעכנטע עלטער־גרופּע געווען נאָך שמאָלער — פֿון 30 ביז 50 יאָר.

באַקומט זיך, אַז קיין פֿרויען, קינדער, זקנים, חולים, אינוואַלידן און אַפֿילו גרים פֿונעם „מיליטער־עלטער‟ האָט מען נישט אַרײַנגערעכנט. פֿון איין זײַט, האָט דער אייבערשטער בפֿירוש געהייסן אַרײַנצונעמען אינעם חשבון „כּל זכר‟, יעדן מאַן; ווי עס דערקלערט רש״י, איז יעדער ייִד זייער טײַער פֿאַרן רבונו־של־עולם. פֿון דער צווייטער זײַט, קומט אויס למעשׂה, אַז ווײַט נישט אַלע מענער זענען אַרײַן אין די חשבונות.

אין דער הײַנטיקער וועלט זענען פֿאַראַן, בדרך־כּלל, צוויי מעטאָדן פֿון דעמאָגראַפֿישע רעכענונגען: די גענויע פֿאָלקסציילונג און בערכדיקע סטאַטיסטישע אָפּשאַצונגען. די פֿאָלקסציילונג איז נוצלעך פֿאַר אַ קליינער גרופּע מענטשן; אין גרויסע לענדער ווערט אַזאַ מעטאָד, וואָס פֿאָדערט אַ סך געלט און טעכנישע באַמיִונגען, זעלטן באַנוצט. די סטאַטיסטישע אָפּשאַצונגען זענען גרינגער דורכצופֿירן, אָבער זיי זענען אומפּינקטלעך.

פֿונעם מאַטעמאַטישן קוקווינקל, געפֿינען מיר אין אונדזער פּרשה אַן אומגעוויינטלעכן דריטן מעטאָד. לויט דער ציילונג פֿון געזונטע מענער פֿון 20 ביז 60, קאָן מען אָפּשאַצן די אַלגעמיינע צאָל ייִדישע מידבר־וואַנדערער – בערך צוויי מיליאָן.

עס קאָן זײַן, אַז די תּורה אילוסטרירט אונדז אַ וויכטיקן סאָציאַלן פֿענאָמען, וואָס בלײַבט גאַנץ אַקטועל אין די הײַנטיקע ייִדישע קהילות. ווען מע גיט איבער, אַז אין אַ געוויסער שטאָט וווינט זייער אַ פּינקטלעכע צאָל ייִדן, מיינט עס, אַז די דאָרטיקע קהילה איז גאָר אַ קליינע. להיפּוך, אין גרויסע, וואַקסנדיקע, לעבעדיקע ייִשובֿים פֿירט מען געוויינטלעך נישט קיין סטאַטיסטיק.

אויב עמעצער דערציילט, אַז אין זײַן שיל קומען דאַוונען אַ טויזנט בעלי־בתּים, מיינט, אַז צוזאַמען מיט זייערע משפּחות איז זײַן קהילה ממשותדיק גרויס.

פֿרעגט אַ חסיד, וויפֿל ייִדן וווינען אין וויליאַמסבורג אָדער מאָנסי. „ווער ווייסט? זיכער טויזנטער,‟ וועט ער ענטפֿערן. מסתּמא, וועט ער טאַקע אין זינען האָבן בלויז די דערוואַקסענע מענער און נישט די קליינע ייִנגעלעך, נישט די עלטערע לײַט, וואָס וווינען אין אַ מושבֿ־זקנים. אָט־די דערוואַקסענע מתפּללים, בעלי־בתּים, כּולל־יונגעלײַט, כּלל־טוער זענען די אמתע „יוצאי צבֿא בישׂראל‟ — די גײַסטיקע און גשמיותדיקע „אַרמיי‟, וואָס שטיצן די קהילה און פֿאַרוואַנדלען זי אין אַ לעבעדיק אָרט, מלא־רוחניות.

הגם ס׳איז זיכער סעקסיסטיש און אַלטמאָדיש נישט אַרײַנצונעמען די פֿרויען און קינדער אינעם קהילה־חשבון, ווײַזט דער דאָזיקער בײַשפּיל, אַז אַן עכטע גרויסע קהילה קאָן זיך באַגיין אָן פּינקטלעכע דעמאָגראַפֿישע ציילונגען. מילא, רעכנט מען, וויפֿל מענער קומען דאַוונען אין די מנינים, אָבער פֿאַרוואָס זאָל מען רעכענען אַלעמען, ווען ס׳איז פֿאַר יעדן באַשײַמפּערלעך, אַז די קהילה האַלט אין איין בליִען?

אַזוי אַרום, אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, ווײַזט דער אומגעוויינטלעכער חשבון אין אונדזער פּרשה טאַקע דאָס באַזונדערע חשיבֿות פֿון יעדן ייִד. גיט אַ קוק, זאָגט משה רבינו, וויפֿל דערוואַקסענע מענער האָבן מיר, שוין אָפּגערעדט פֿון מאַמעס מיט קינדער, און וויפֿל זיידעס און באָבעס? ווען אַ קהילה נייטיקט זיך נישט אין פּינקטלעכע חשבונות, איז דווקא אַ סימן פֿון לעבן און חשיבֿות.

רבי נחום טשערנאָבילער דערקלערט איז זײַן קלאַסישן חסידישן ספֿר „מאור עינים‟, אין שײַכות מיט דער הײַנטיקער פּרשה, אַז דער אייבערשטער האָט געבענטשט אַבֿרהם אָבֿינו, זײַנע קינדער זאָלן ווערן „כּחול הים‟ — העכער פֿונעם חשבון, ווי דער זאַמד אויפֿן ברעג ים. וועגן דעם אייבערשטן אַליין איז נישט ריכטיק אַפֿילו צו זאָגן, אַז ער איז איינער, אין אַ געוויסן פֿילאָסאָפֿישן זין, ווײַל אינעם געטלעכן אין־סוף זענען בכלל נישטאָ קיין חשבונות. וואָס נענטער מיר הייבן זיך אַרויף אין אונדזער עבֿודת־השם, אַלץ מער אומרעלעוואַנט זענען פֿאַר אונדז די מענטשלעכע חשבונות.

די תּורה וואָרנט אונדז, אַז אונדזער וועג מוזן מיר אָנהייבן פֿון קאָנקרעטע חשבונות. סוף־כּל־סוף, פֿאָדערט אַ מנין צען מענטשן. ווען מיר פֿאַרברייטערן אונדזער וועלט־באַנעם, שטרעבנדיק משׂיג צו זײַן רוחניות, ווערן אונדזערע חשבונות אַלץ מער פֿאַרשווענקט אינעם געטלעכן ליכט. ווי אינעם דערמאָנטן משל מיט אַ חסיד, וואָס דאַוונט בהתלבֿות מיט כּוונה, זענען פֿאַר אים אַוודאי פֿרויען און קינדער הייליק. פּונקט צוליב דעם, מוז מען זיי נישט ציילן אויף אַ מעכאַנישן אופֿן. ווי אַ טייל פֿון דער גײַסטיקער קהילה־גאַנצקייט, זענען זיי „כּחול הים‟.

דער דאָזיקער ענין איז אויך פֿאַרבונדן מיטן הײַנטיקן יום־טובֿ, שבֿועות. נאָכן אָפּציילן די 49 ספֿירה־טעג, דאַרף מען מער נישט רעכענען: עס קומט שוין דער הייליקער טאָג, העכער פֿונעם חשבון. אין דער תּורה זענען באַהאַלטן נישט בלויז 50 שערי־בינה, מדרגות פֿון השׂגה און אָפּטײַטש, נאָר דער געטלעכער אין־סוף – מחוץ אַלע מענטשלעכע חשבונות און באַגרענעצונגען.

פֿאַרשיידענע וועלטלעכע אָרגאַניזאַציעס האָבן ליב צו פֿירן ייִדישע דעמאָגראַפֿישע שטודיעס. די רעזולטאַטן באַקומען זיך אָפֿט פּעסימיסטישע. אין די באַריכטן גייט אָפֿט אַ רייד וועגן אַסימילאַציע, אונטערגאַנג פֿונעם עלטערן דור, וכּדומה. ווען מע זאָרגט זיך מער וועגן רוחניות קאָן מען גובֿר זײַן די דאָזיקע סטאַטיסטיק. אַ סך הײַנטיקע חסידישע קהילות אין אַמעריקע, הײַנט זייער גרויסע, זענען אויפֿגעוואַקסן כּמעט אויף אַ פּוסט אָרט, פֿון אַ קליין קערנדל פֿון געציילטע, אָבער ענטוזיאַסטיש רוחניותדיקע מענטשן. קיין דעמאָגראַפֿישע באַריכטן פֿון זייערע מיטגלידער האָבן זיי נישט געפֿירט, אָבער פֿאָרט איז זיי שטאַרק געלונגען. באַקומט זיך, אַז ווען מע איז פֿאַרטאָן אין רוחניותדיקע ענינים, ווען מע שטרעבט צו אַנטפּלעקן אין זיך דעם געטלעכן אין־סוף, צו דערוועקן כּסדר פֿון ס׳נײַ אַ פּערזענלעכע מתּן־תּורה, שפּיגלט זיך עס אויך אָפּ אין דער גשמיותדיקער הצלחה פֿונעם יחיד און אויף גאַנצע קהילות, וואָס פֿאַרשפּרייטן זיך צוליב זייער אינטענסיווער פֿאַרטאָנקייט אין רוחניות טאַקע „כּחול הים‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.