קוואַ דזשיימס טוט תּשובֿה אין חסידישער גאָרקיך

Quai James Does Teshuva at Hasidic Soup Kitchen

קוואַ דזשיימס בײַם אויסטיילן עסן אין „משׂביע.‟
Masbia
קוואַ דזשיימס בײַם אויסטיילן עסן אין „משׂביע.‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 18, 2018.

נאָך דעם וואָס קוואַ דזשיימס האָט געזען ווי מע רעאַגירט אויפֿן טרויעריק־באַרימטן ווידעאָ וואָס ער האָט געמאַכט, אין וועלכן ער מאַכט חוזק פֿון אַ חסידיש ייִנגלס פּאות האָט ער זיך, אַ פּנים, שטאַרק פֿאַרשעמט און עפֿנטלעך געבעטן מחילה בײַ די פֿרומע ייִדן. ניט וויסנדיק וווּהין זיך צו ווענדן, איז ער אַליין געפֿאָרן קיין באָראָ־פּאַרק, כּדי צו רעדן מיט מענטשן אויף דער גאַס און בעטן מחילה. שפּעטער האָט ער געפֿרעגט אויף „טוויטער,‟ וווּ ער קען טאָן חסד־אַרבעט און זיך דערבײַ באַקענען מיט פֿרומע ייִדן.

אַלכּסנדר ראַפּאַפּאָרט, דער דירעקטאָר פֿון דער נעץ פֿון חסידישע גאָרקיכן „משׂביע‟ איז געווען איינער פֿון די ערשטע מענטשן, וואָס האָט געלאָזט וויסן „טוויטער‟ וועגן קוואַס ווידעאָ. זעענדיק מיט אַ וואָך שפּעטער ווי קוואַ בעט מחילה און זוכט אַן אָרט וווּ ער קען טאָן חסד פֿאַרן פֿרומען ציבור האָט ראַפּאַפּאָרט אים פֿאַרבעטן צו וואָלונטירן אין „משׂביע.‟ דזשיימס איז געקומען און געהאָלפֿן אויסטיילן עסן.

„איך האָב זיך טאַקע עפּעס אויסגעלערנט פֿון קוואַען,‟ האָט אַלכּסנדר ראַפּאַפּאָרט איבערגעגעבן דעם Forward. „ווי אַזוי זיך צו אַנטשולדיקן און בעטן מחילה. איך בין באמת נתפּעל פֿון אים.‟ ראַפּאַפּאָרט האָט אים באַצייכנט ווי אַן עכטער מוסטער פֿון דעם, ווי אַזוי מע דאַרף תּשובֿה טאָן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.