„עולם‟ — אַן אַוואַנגאַרדישער דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן ייִדישלאַנד

Oylem - An Avant Garde Documentary about Yiddishland

Eternity Films

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 22, 2018.

דער פֿראַנצייזישער פֿילם־רעזשיסאָר אַרטור באָרגניס און די פֿילם־פּראָדוצענטקע אַנאַ גוראַסימאָף האָבן לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ רעקלאַמע פֿאַר זייער נײַעם פֿילם Oylem [עולם], וואָס וועט שילדערן די געשיכטע פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום דורך אויסצוגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

באָרגינס און גוראַסימאָף פֿירן אָן מיט דער פֿירמע Eternity Films. דער אַוואַנגאַרדישער דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס זיי שאַפֿן מיט עצות און הילף פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער מעדעם־ביבליאָטעק‟ בינדט צונויף שיינע אימאַזשן פֿון פֿאַרשנייטע ליטווישע פּייסאַזשן מיט אויטאָביאָגראַפֿישע טעקסטן פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, ל. שאַפּיראָ און יצחק באַשעוויס־זינגער, ווי אויך ניט אַזוי באַקאַנטע שרײַבער ווי יצחק רודאַשעווסקי. די ייִדישע טעקסטן ווערן פֿאָרגעלייענט דורך ייִדישע אַקטיאָרן. אינעם „טריילער,‟ למשל, רעציטירן די טעקסטן די אַקטיאָרן רפֿאל גאָלדוואַסער און לייבל ניבאָרסקי.

כאָטש סײַ דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם אַרטור באָרגניס, סײַ די פּראָדוצענקע אַנאַ גוראַסימאָף שוין געשאַפֿן שאַפֿנדיק צענדליקער פֿילמען פֿאַר דער פֿראַנצייזישער קינאָ־אינדוסטריע, איז זיי ניט געלונגען צו קריגן קיין סובווענץ פֿון דער פֿראַנצייזישער רעגירונג אונטערצושטיצן „עולם.‟ באָרגינס און גוראַסימאָף באַשולדיקן אין דעם דער אַוואַנגאַרדישער אופֿן, ווי אַזוי זיי האָבן באַשלאָסן צו מאַכן דעם פֿילם, ווי אויך זייער טעמע, וואָס איז אפֿשר ניט אַזוי צוציִיִק פֿאַר די פֿראַנצייזישע מלוכישע קונסט־אינסטאַנצן. דערפֿאַר ווענדן זיי זיך צום ברייטן עולם, מע זאָל געבן אַ בײַשטײַער אונטערצושטיצן דעם פֿילם, מע זאָל אים קענען פֿאַרענדיקן און ווײַזן אין די פֿראַנצייזישע קינאָ־טעאַטערס.

נאָך אינפֿאָרמאַציע און כּדי צו זען דעם „טריילער‟ באַזוכט: //www.eternityfilms.fr/en/index.php.