מע האָט ניט באמת געדאַרפֿט בײַטן די נעמען אויף „עליס־אײַלענד‟

Immigration Officials Did Not Change People's Names at Ellis Island

Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 24, 2018.

אַ סך לייענער קענען מסתּמא דעם וויץ וועגן דעם נעבעכדיקן ייִד וואָס קומט אָן קיין „עליס־אײַלענד‟ און קען, צום באַדויערן, ניט געדענקען דעם נאָמען, וואָס ער דאַרף הייסן אין אַמעריקע. זאָגט ער צו זיך אויף אַ קול „אַך, שוין פֿאַרגעסן‟ און די באַאַמטע פֿאַרשרײַבן זײַן נאָמען ווי Sean Fergunson.

בײַ ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן איז דער וויץ עפּעס אַ טרויעריקע דערמאָנונג פֿון דעם אינסענסיטיוון אופֿן ווי די באַאַמטע אין „עליס־אײַלענד‟ האָבן באַהאַנדלט די אימיגראַנטן און ווי אַזוי יענע אינסטאַנצן האָבן געצוווּנגען די ייִדן צו אַמעריקאַניזירן זייערע נעמען.

ווי ד׳׳ר קריסטען פֿערמאַגליך גיט אָבער איבער אין אַן אַרטיקל, האָט דער וויץ לכתּחילה ניט געהאַקט קיין שײַכות מיט אַן אימיגראַנט אין „עליס אײַלענד,‟ נאָר מיט אַן אַקטיאָר, וואָס האָט געוואָלט מאַכן פֿאַר זיך אַ קאַריערע אין האָליוווּד.

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז די באַרימטע געשיכטע, אַז מע האָט געצוווּנגען די אימיגראַנטן פֿון ייִדישן, איטאַליענישן אָדער אירלענדישן אָפּשטאַם צו בײַטן זייערע נעמען פּשוט אַ באָבע־מעשׂה. ווי ד׳׳ר פֿערמאַגליך דערקלערט אין איר אַרטיקל, זעט מען ניט קיין שום סימן אין די מלוכישע אַרכיוון אַז אַזאַ זאַך האָט אַמאל פּאַסירט. מע קען אויך ניט געפֿינען קיין איין אַנעקדאָט אין אַ ביכל זכרונות אָדער אַרטיקל אין דער פּרעסע, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז ס׳זאָל בלײַבן עפּעס אַ באַווײַז, אַז אַזאַ פּאָליטיק האָט בכלל עקסיסטירט.

ד׳׳ר פֿערמאַגליך האַלט אַז די לעגענדע פֿון די בייזע באַאַמטע וואָס האָבן נעבעך געצוווּנגען די אימיגראַנטן צו בײַטן זייערע נעמען האָט זיך באַוויזן ערשט אין די 1960ער און 1970ער יאָרן צוליב עטלעכע פֿאַקטאָרן אינעם אַמעריקאַנער צײַטגײַסט. קודם האָבן די ווײַסע אַמעריקאַנער אָנגעהויבן זיך אַ סך מער צו פֿאַראינטערעסירן אין זייערע משפּחה־וואָרצלען און געוויסע האָבן זיך געשעמט, וואָס זייערע עלטערן אָדער באָבע־זיידעס האָבן דווקא אַליין אַמעריקאַניזירט די פֿאַמיליע־נעמען. דערצו דערקלערט ד׳׳ר פֿאַרמאַגליך אַז אַ סך אַמעריקאַנער האָבן במשך פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן פֿאַרלוירן דעם צוטרוי צו דער אַמעריקאַנער רעגירונג בכלל צוליב די פּאָליטישע סקאַנאַדלן ווי „וואָטערגייט‟ אין יענע יאָרן. דאָס, צוזאַמען מיטן פֿאַקט וואָס „עליס אײַלענד,‟ וואָס האָט זיך סוף־כּל־סוף געשלאָסן אין 1954, איז צו יענער צײַט געוואָרן אַ נאַציאָנאַלער מוזיי, האָט דערפֿירט צו דעם, אַז בײַם פֿאָלקס־דמיון זענען אויפֿגעקומען אַ ריי מיטאָסן וועגן יענער תּקופֿה, אַרײַנגערעכנט דעם מיטאָס, אַז מע האָט אין „עליס־אײַלענד‟ געצוווּנגען די אימיגראַנטן צו בײַטן זייערע נעמען.