בריטישער פּרינץ וויליאַם וועט באַזוכן ירושלים

British Prince William to Visit Jerusalem

Getty Images

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 25, 2018.

צום ערשטן מאָל אין דער 70־יעריקער געשיכטע פֿון דער ייִדישער מדינה וועט אַ הויך־ראַנגיקער פֿאָרשטייער פֿון דער בריטישער קעניגלעכער משפּחה קומען קיין ישׂראל אויף אַן אָפֿיציעלן מלוכישן וויזיט.

פּרינץ וויליאַם, דאָס אייניקל פֿון דער בריטישער קיניגין עליזאַבעט, וואָס הייסט פֿאָרמעל לויט זײַן קעניגלעכן טיטל דעם „גראַף פֿון קיימברידזש,‟ וועט באַזוכן דעם מיטעלן־מיזרח צווישן דעם 24סטן און דעם 28סטן יוני. ער וועט אויך באַזוכן יאָרדאַניע און די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס אויפֿן מערבֿ־ברעג.

ישׂראלדיקע אָבסערוואַטאָרן זענען ספּעציעל באַגײַסטערט פֿונעם וויזיט צוליב דעם, וואָס פּרינץ וויליאַם וועט באַזוכן ירושלים. כאָטש די בריטישע רעגירונג, להיפּוך צו דער נײַער אַמעריקאַנער פּאָליטיק פֿון דער טראָמפּ־אַדמיניסטראַציע, אָנערקענט ניט ירושלים ווי די הויפּטשטאָט פֿון ישׂראל, האַלט מען אַז דער פֿאַקט וואָס דער פּרינץ באַזוכט ירושלים דווקא איצט איז אַליין סימבאָליש וויכטיק.

ווי דערמאָנט, איז ביז אַהער קיין הויפּט־פֿאָרשטייער פֿון דער בריטישער קעניגלעכער משפּחה ניט געפֿאָרן אויף אַן אָפֿיציעלן וויזיט קיין ישׂראל. כאָטש ס׳איז ניטאָ קיין עפֿנטלעכע פּאָליטיק וועגן דעם, זענען אָבסערוואַטאָרן שוין לאַנג בײַ דער מיינונג, אַז די בריטישע קיניגין און איר זון און אייניקלעך זענען קיינמאָל ניט געפֿאָרן אַהין צוליב דעם, וואָס ייִדישע טעראָריסטישע גרופּעס האָבן במשך פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן דערהרגעט בריטישע סאָלדאַטן און רעגירונג־באַאַמטע ווי אַ טייל פֿון זייער אויפֿשטאַנד קעגן דעם בריטישן מאַנדאַט. כאָטש די תּקופֿה פֿון „לח׳׳יס‟ (אויך באַקאַנט ווי די „שטערן־באַנדע‟) אַטענטאַטן קעגן בריטישע אַמבאַסאַדעס און פּאָליטיקער האָט זיך פֿאַרענדיקט אין 1948, איז די בריטישע קעניגרײַך לאַנג געבליבן פֿאַרביטערט וועגן דעם. עס האָט אַוודאי אויך ניט געהאָלפֿן וואָס יצחק שמיר, דער „לח׳׳י‟־קאָמאַנדיר וואָס האָט אָרגאַניזירט דעם מאָרד פֿונעם הויפּט־בריטישן דיפּלאָמאַט אינעם מיטעלן־מיזרח גראַף וואַלטער עדוואַרד גינעס, בעסער באַקאַנט ווי „לאָרד מוין,‟ איז אַליין אין די 1980ער יאָרן צוויי מאָל אויסדערוויילט געוואָרן ווי דער ישׂראלדיקער פּרעמיער.

ווי עס זאָל ניט זײַן, איז שוין פֿאַרבײַ אַ פֿערטל־יאָרהונדערט זינט שמיר איז בײַ דער מאַכט און די ביטערקייט איז אַ פּנים פֿאַרבײַ. דער איצטיקער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתּניהו האָט באַגריסט דעם אַנאָנס אַז פּרינץ וויליאַם קומט, זאָגנדיק אַז „מע וועט אים דאָ אויפֿנעמען מיט גרויסער ליבשאַפֿט.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.