דער „קיצור שולחן ערוך‟ — דורכן סמאַרטפֿאָן

Consulting Jewish Law Through Your Smartphone



פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 29, 2018.

מיט צוויי חדשים צוריק, האָט די פֿרומע אַמעריקאַנער קאָמפּיוטער־פֿירמע RustyBrick אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן אַ נײַע עלעקטראָנישע ווערסיע פֿונעם „קיצור שולחן ערוך‟ פֿאַר די מאָדערנסטע „סמאַרטפֿאָנען‟ — iPhone X. דער ספֿר, באַקאַנט אין דער פֿרומער וועלט ווי דער „קיצור‟, איז איינער פֿון די פּאָפּולערסטע הלכה־קוואַלן פֿאַר פּשוטע ייִדן, אַ קורצער תּמצית פֿון ר’ יוסף קאַרוס גרויסן פֿילבענדיקן „שולחן ערוך‟, וואָס דינט ווי אַן אוצר פֿון פּסקי־הלכה פֿאַר תּלמידי־חכמים מיט אַן ערנסטער ישיבֿה־בילדונג.

די פּראָגראַם קאָסט 15 דאָלאַר; פֿאַר נאָך 10 דאָלאַר קאָן מען צוקויפֿן, אַחוץ דעם לשון־קודשדיקן אָריגינאַל מיט נקודות, אויך אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם ספֿר. בערל שוואַרץ, דער בעל־הבית פֿון דער פֿירמע, איז אַ פֿרומער ייִד, אַ קאָמפּיוטער־מומחה און אַ געשעפֿט־קאָנסולטאַנט פֿון מאָנסי. זײַן קאָמפּאַניע פֿאַרקויפֿט אויך עלעקטראָנישע סידורים, ווירטועלע ספֿר־תּורהס פֿאַר סופֿרים און אַנדערע פּראָדוקטן פֿאַרן פֿרומען עולם. די ערשטע ווערסיע פֿונעם טעלעפֿאָנישן „קיצור‟ האָט זיך באַוויזן מיט 8 יאָר צוריק; עס זענען פֿאַראַן אויך ווערסיעס פֿאַר פּשוטערע טעלעפֿאָנען. דער נײַער וואַריאַנט טויג פֿאַר די טײַערסטע און פֿרישסטע מכשירים, וואָס קאָסטן אַ טויזנט דאָלאַר.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַחוץ דער נײַסטער פּראָגראַם זענען בנימצא אַ צאָל אַנדערע טעלעפֿאָן־וואַריאַנטן פֿונעם „קיצור שולחן ערוך‟, אַרײַנגערעכנט אומזיסטע, שוין אָפּגערעדט פֿון די סקאַנירטע אַלטע אויסגאַבעס אויף דער וועבזײַט Hebrewbooks. וואָס וואָלט דער מחבר, הרבֿ שלמה גאַנצפֿריד, אַליין געזאָגט, ווען ער וואָלט געוווּסט, אַז זײַן ספֿר וועט אַמאָל אָננעמען אַזאַ אומגעוויינטלעכע פֿאָרעם? געדרוקט צום ערשטן מאָל אין 1864, איז דער „קיצור‟ אין גיכן געוואָרן אַ „בעסטסעלער‟ און האָט דורכגעמאַכט אַ גאַנצע ריי גילגולים. אַפֿילו אינעם לשון־קודשדיקן נוסח טרעפֿן זיך מערקווירדיקע וואַקלענישן.

צום ערשטן איז דער „קיצור שולחן ערוך‟ אַרויס אין אונגווער, וווּ עס האָט געוווינט דער מחבר. דעמאָלט אַ טייל פֿון דער עסטרײַכיש־אונגערישער אימפּעריע, געפֿינט זיך הײַנט דאָס אוראַלטע שטעטל אין מערבֿ־אוקראַיִנע, גלײַך אויף דער סלאָוואַקישער גרענעץ. דער עלטסטער וואַריאַנט באַשטייט פֿון 215 סימנים (קאַפּיטלעך). שפּעטער, ווען הרבֿ גאַנצפֿריד האָט נאָך געלעבט, האָבן זיך באַוויזן נוסחאות מיט 221 חלקים — דער יסוד פֿון די הײַנטיקע וואַריאַנטן. אַחוץ דער טעכנישער נומעראַציע, טרעפֿן זיך ממשותדיקע אונטערשיידן אינעם עצם־טעקסט. די ייִדישע איבערזעצונגען פֿונעם „קיצור‟, וואָס האָבן במשך פֿון דורות געדינט פֿאַר פּשוטע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע ווי דער קוואַל פֿון פּראַקטישע הלכות, שטעלן מיט זיך פֿאָר היפּש געענדערטע איבערדערציילונגען, טיילווײַז גאַנץ ווײַט פֿונעם לשון־קודשדיקן אָריגינאַל.

די איבערזעצונגען אויף אַנדערע שפּראַכן זענען אויך לאַוו־דווקא געטרײַ דעם אָריגינעלן ווערק. אינעם יאָר 1994 האָט דער ליובאַוויטשער פֿאַרלאַג „שמיר‟ אַרויסגעגעבן אַ רוסישן וואַריאַנט פֿונעם „קיצור‟. די רעדאַקציע דערקלערט, אַז געוויסע הלכות האָט מען אויסגעמיטן, ווײַל אין דער הײַנטיקער וועלט זענען זיי זעלטן אַקטועל. אין דער אמתן, האָבן די פֿאַרלעגער אין גאַנצן איבערגעאַרבעט דעם טעקסט, צוגעגעבן אַ סך אייגענע דעות און באַמערקונגען, אָבער בכלל נישט געלאָזט וויסן דעם לייענער אַז אינעם אָריגינאַל זענען זיי נישטאָ.
אַ טייל פֿון די הוספֿות קאָנען באַליידיקן אַ זײַטיקן לייענער. צום בײַשפּיל, עס שטייט דאָרטן געשריבן, אַז נישט־ייִדישע אויסגאַבעס פֿונעם תּנ״ך טאָר מען נישט האַלטן און ס׳איז בעסער זיי צו פֿאַרברענען; אַז אַלע נישט־ייִדישע רעליגיעזע בנינים דאַרף מען שעלטן, זיי זאָלן צעשטערט ווערן; אַז דער כּבֿוד, וואָס די קריסטן גיבן אָפּ זייערע „קדושים‟ איז אַן עבֿודה־זרה. אינעם אָריגינאַל פֿאַרנעמען די הלכות־עבֿודה־זרה אַ קליין אָרט און קיין שום וואָרט וועגן קריסטן איז נישטאָ — אַחוץ איין אינטערעסאַנטן פּרט:

אין דער ערשטער אונגווערער אויסגאַבע זענען בכלל נישטאָ קיין הלכות־עבֿודה־זרה, אָבער אין דער וואַרשעווער אויסגאַבע פֿון 1874 שטייט געשריבן, אַז גרויסע קרייצן, וואָס מע בוקט זיך פֿאַר זיי, זענען פֿאַר ייִדן פֿאַרבאָטן. די קליינע, וואָס מע הענגט אויפֿן האַלדז, מעג מען אָבער אויסנוצן. דער „קרייץ‟ ווערט באַצייכנט מיט די ראָשי־תּיבֿות ש״ו, אומפֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַ פּשוטן ייִד פֿון יענער צײַט. מיינען מיינט עס „שׂתי־וערבֿ‟ – אין דער לענג און אין דער ברייט. אינעם שיינעם לובלינער דרוק פֿון 1905, באַגלייט מיט די פּירושים „מסגרת השולחן‟ און „לחם־הפּנים‟, הײַנט באַטראַכט ווי קלאַסישע, איז דער־אָ פּאַראַגראַף אויסגעמיטן.

דער חילוק איז לאַוו־דווקא אַ רעזולטאַט פֿון „פּאָליטישער קאָרעקטקייט‟. אַדרבה, די וואַרשעווער אויסגאַבע גיט פֿאַקטיש אַ היתּר צו האַנדלען מיט קרייצן און אַנדערע דעקאָראַטיווע קריסטלעכע חפֿצים — אַן אויסטערליש טרייפֿענער עסק, פֿונעם קוקווינקל פֿון אַ פּשוטן שטעטלדיקן ייִד. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן מען אָן דער דאָזיקער פֿראַזע אָפּטײַטשן דעם גאַנצן ספֿר אויף אַ מער ליבעראַלן אופֿן און באַשליסן, אַז די נעגאַטיווע באַציִונג איז באַרעכטיקט בלויז לגבי די עכטע געצנדינער פֿונעם ווײַטן עבֿר.

אין דער אויסגאַבע, וואָס דער באַרימטער ווילנער פֿאַרלאַג פֿון דער אַלמנה און ברידער ראָם האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם יאָר 1915, ווערט דער דאָזיקער מאָמענט באַהויפּטן. אינעם פּאַראַגראַף, אַז מע טאָר נישט געבן אַ מתּנה צופֿעליקע גויים, שטייט געשריבן „עכּו״ם משבֿעה עממין‟ – זיבן סאָרטן געצנדינער פֿון כּנען. די זעלבע פֿראַזע ווערט נאָך אַ פּאָר מאָל דערמאָנט, בהסכּם מיט דער אַלגעמיינער פֿרידלעכער שיטה פֿונעם פֿאַרלאַג. אַ צאָל הלכות האָבן די פֿאַרלעגער פּשוט אַרויסגעוואָרפֿן: למשל, דעם איסור פֿאַר אַ בעל־מלאָכה צו האָבן גוייִשע תּלמידים. ווײַזט אויס, אַז אַפֿילו מיטן „דיסקליימער‟ וועגן די כּנענים האָבן די פֿאַרלעגער נישט געוואָלט עס איבערדרוקן.

אין די ייִדישע כּמו־איבערזעצונגען שפּירט זיך אַן אַנדער השפּעה. ווי באַלד אין דער „ציל־אוידיטאָריע‟ פֿון די עבֿרי־טײַטשע אויסגאַבעס זענען געווען אַ סך עמי־הארצים, ווערט אַ היפּשער טייל הלכות פֿונעם אָריגינאַל בכלל נישט דערמאָנט. די פֿאַרלעגער דערקלערן בפֿירוש, אַז די ייִדישע וואַריאַנטן זענען געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון אַ ריי פֿאַרשיידענע פּוסקים, אַחוץ הרבֿ שלמה גאַנצפֿריד.

די פּאָפּולערע וואַרשעווער אויסגאַבע פֿון 1935, וואָס איך האָב אַמאָל געזען אין רוסלאַנד אַ סך עקזעמפּלאַרן דערפֿון, טראָגט אַ טשיקאַווען נאָמען: „חיי אָדם והוא קיצור שולחן ערוך‟. דער „חיי אָדם‟ פֿון הרבֿ אַבֿרהם דאַנציג איז אַן אַנדער פּאָפּולערער הלכה־ספֿר געשאַפֿן פֿאַרן ברייטן עולם, אָבער צום „קיצור שולחן ערוך‟ האָט עס נישט קיין שײַכות. ס׳זעט אויס, אַז לשם רעקלאַמע האָבן די אַרויסגעבער געשאַפֿן דעם אײַנדרוק, אַז זיי האָבן איבערגעזעצט ביידע ספֿרים מיט אַ מאָל — למעשׂה, טאַקע אויסגענוצט אינעם רעדאַקטאָרישן קאָמפּילאַציע־פּראָצעס. קיין הלכות־עבֿודה־זרה, ספּעציפֿישע אַגריקולטורעלע מיצוות און אַ ריי אַנדערע ענינים ווערן בכלל נישט דערמאָנט. זײַענדיק אַ פֿאָלק־ספֿר, פֿאָקוסירט זיך דער ייִדישער „קיצור‟ אויף געוויינטלעכע זאַכן, מיט וועלכע אַ דורכשניטלעכער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר טרעפֿט אינעם טאָגטעגלעכן לעבן.

אין די הײַנטיקע אויסגאַבעס פֿונעם „קיצור שולחן ערוך‟, פּאַפּירענע צי עלעקטראָנישע, צירקולירן נאָך אַלץ פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿונעם ספֿר. צום באַדויערן, האָט נאָך קיינער נישט דורכגעפֿירט קיין סיסטעמאַטישע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען פֿון צענזורירטע און פֿאַרברייטערטע רעדאַקציעס, פּאַראַפֿראַזירטע ייִדישע ווערסיעס און אַנדערע אינטערעסאַנטע היסטאָרישע גילגולים פֿונעם דאָזיקן ווערק, וואָס אַ דאַנק דעם איז אינעם 19טן יאָרהונדערט פֿאָרגעקומען אַ שטילע רעוואָלוציע אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך: אַנשטאָט צו גיין כּסדר מיט שאלות צו אַ רבֿ, האָבן פּשוטע מענער און פֿרויען באַקומען די מעגלעכקייט אַ מאָל אַליין צו פּסקענען.

צוליב דעם, בלײַבט דער ספֿר נאָך אַלץ אַזוי פּאָפּולער און פֿאַרשפּרייט זיך אַפֿילו איבערן טעלעפֿאָן־מאַרק – נישט געקוקט אויפֿן פּאַראַדאָקסישן פֿאַקט, אַז אָפֿטמאָל פּסקענען די הײַנטיקע רבנים דווקא נישט ווי דער „קיצור‟, וואָס רעפּרעזענטירט בלויז די פּערזענלעכע פּאָזיציע פֿון איין חשובֿן אונגערישן רבֿ. וואָס שייך די ייִדישע וואַריאַנטן, וואָלט געווען גוט ווען די הײַנטיקע סאַטמאַרער חסידים און אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע לאַנדסלײַט פֿונעם מחבר וואָלטן זיי איבערגעדרוקט פֿון ס׳נײַ אָן קיין מאָדיפֿיקאַציעס – לאַוו־דווקא צוליב הלכה, נאָר גיכער ווי באַלערנדיקע בײַשפּילן פֿונעם אויטענטישן מאַמע־לשון.