פֿיליפּ ראָט — יורש פֿון דער ייִדישער סאַטירישער טראַדיציע

Philip Roth – Inheritor of the Yiddish Satirical Tradition

Getty Images/Forverts Montage

פֿון מאַרק קאַפּלאַן

Published May 30, 2018.

אין משך פֿון אַן אָנגייענדיקער מחלוקת האָט דער ליטעראַטור־קריטיקער אירװינג האַו געטענהט װעגן פֿיליפּ ראָט אַז זײַן שרײַבן לײַדט פֿון אַ שװאַכער פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער טראַדיציע, אַז איז אַ שרײַבער מיט אַ „דינער פּערזענלעכער קולטור.“

װאָס װאַרפֿט זיך אין די אױגן העכער 40 יאָר נאָך האַוס קריטיק, און אַ וואָך נאָך ראָטס פּטירה, איז דער טיפֿקײט פֿון ראָטס װאָרצלען אין דער סבֿיבֿה, און דעם װעלטבאַנעם פֿון די ייִדן בײַ װעמען ער איז אויפֿגעװאַקסן. האַוס פֿאַראיבל קעגן ראָט איז דער פֿאָראָרטל פֿון אַן עלטערן דור װאָס קען נישט אױסמאָלן װי אַ ייִד קען זײַן „אמתדיק“ אױב ער אָדער זי פֿאַרשטײט נישט קיין ייִדיש, האָט נישט קײן פּערזענלעכע פֿאַרבינדונג מיט דער אימיגראַציע און האָט נישט קײן פּערזענלעך געפֿיל פֿאַר דעם וואָס האַו האָט אַלײן גערופֿן „די װעלט פֿון אונדזערע אָבֿות.“ אין זײַן טענה ליגט אַ מורה פֿאַר האַוס אײגענער אַלטמאָדישקײט, פֿאַרשטעלט װי אַן אידענטיפֿיקאַציע מיט „טראַדיציע“ און „װאָרצלען“ װאָס האַו אַלײן, אין אַנדערע קאָנטעקסטן, האָט שױן אַװעקגעמאַכט מיט דער האַנט.

ס׳איז אמת אַז ראָט האָט נישט גערעדט קײן ייִדיש, האָט נישט געהאַלטן פֿון רעליגיע און האָט געשריבן אָן שום נאָסטאַליגיע פֿאַר דער אַלטער מזרח־אײראָפּעישער הײם. אין דעם איז ער גאַנץ רעפּרעזענטאַטיװ פֿון דער מערהײט פֿון זײַן דור, און אין דעם ליגט די „געזעלשאַפֿטלעכע“ טיפֿקײט פֿון זײַן פּראָזע און דער מקור פֿון זײַן פֿאַנטאַזיע: אין דער אָנערקענונג אַז די ענגלישע שפּראַך קען װערן װי אַ פֿרעמד, נישט־אַמעריקאַנער „זשאַרגאָן“ אינעם מױל פֿון זײַנע טאַטע־מאַמעס דור; אַז ניואַרק, ניו־דזשערזי, איז אַזױ סאָציאָלאָגיש רײַך און געפּאַקט מיט ייִדן װי װאַרשע אָדער װילנע; אַז דאָס לעבן פֿון ייִדן אין זײַן דור (אַ דור װאָס איז געווען אַן עדות פֿונעם חורבן, פֿונעם אופֿבלי פֿון מדינת־ישׂראל, פֿון די סאַמע לעצטע יורידישע סימנים פֿון אַנטיסעמיטיזם אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, פֿונעם אומגלייבלעכן נצחון פֿון דער „זעקס־טאָגיקער מלחמה‟, און פֿון די אומרוען פֿון דער פֿאַרלעננגערטער אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער) איז אַזױ היסטאָריש־באַטײַטפֿול און ייִדישלעך װי אַלע אַנדערע דורות. ראָטס אָנגייענדיקע כראָניק פֿון דעם דור, געשריבן געװאָרן אין אַ גאַמע פֿון כּמעט דרײַ טוץ בענד, איז אַזױ פּרטימדיק רײַך, טרעפֿיק און קאָמפּליצירט װי דאָס װאָס די דרײַ קלאַסיקערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — מענדעלע, שלום־עליכם, און פּרץ — האָבן געשאַפֿן װעגן דעם שטעטל אין תּחום־המושבֿ מיט אַ הונדערט יאָר פֿריִער.

אי חשובֿע קריטיקער, אי דער פּשוטער המון האָבן זיך באַקלאָגט װעגן דעם פּאָרטרעט פֿון ייִדן און ייִדישקײט װאָס די ייִדישע קלאַסיקערס שלום־עליכם, פּרץ און מענדעלע האָבן געשאַפֿן, און װען מע װאָלט געשריבן אױף ייִדיש װעגן ייִדישן „זעלבסטהאַס“ אַזױ אידיאָמאַטיש װי אױף ענגליש װאָלט מען פֿאַרדאַמט מענדעלען מיט די זעלבע זידל־װערטער װאָס מע האָט געניצט אויף ראָט. זינט דעם אָנהײב פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה פֿון דער ליטעראַטור בײַ ייִדן — די זכרונות פֿון שלמה מימון, די פּאָעזיע פֿון הײַנריך הײַנע און די ערשטע שריפֿטן אױף העברעיִש און ייִדיש פֿון די משׂכּילים — איז נישטאָ קײן װיכטיקער שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם װאָס לײַדט נישט פֿון אַ מין זעלבסטהאַס. אין אַן אַנדערן קאָנטעקסט האָב איך פֿאַרגליכן צװײ פֿרױען װאָס זענען אָפֿט מאָל באַשולדיקט אין „זעלבסטהאַס“ אָדער „עגאָפֿאָביע‟ [דאָס האָבן אַזוי ווייניק צוטרוי צו זיך אַז מע האָט מורא אויסצודריקן אַ מיינונג אָדער אַפֿילו צו רעדן מיט מענטשן]: גערטרוד שטײַן און אירען נעמיראָװסקי: נעמיראָװסקי שרײַבט װעגן ייִדן אין אַ נעגאַטיװן ליכט, בשעת שטײַן האָט אין גאַנצן נישט דערמאָנט איר ייִדישקײט. טאָ װעלכע פֿון די סטראַטעגיעס, האָב איך זיך געפֿרעגט, איז אַ שטאַרקערער סימן פֿון אינעװײניקן אַנטיסעמיטיזם? בין איך געקומען צום אױספֿיר אַז דער אױסדרוק „דער ייִד דער עגאָפֿאָב“ איז בלױז אַ סינאָנים פֿאַרן באַגריף „אַ ייִד, אַ שרײַבער.“

מײַן חבֿר־קאָלעג דזשאָרדין קוציק האָט מיט אַ פּאָר טעג צוריק געשריבן אין דער צײַטונג װעגן ראָטס „אַמביװאַלענץ“ צו פֿרומקייט. ס׳איז אָבער כּמעט נישטאָ קײן אמתע שילדערונג פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער פֿרומקײט בײַ ראָטן: דער „חדר“ אין דער פֿריִער דערצײלונג „די ייִדן גײען זיך אױף שמד (1959)“ איז נישט קײן „אָרטאָדאָקסיש־טראַדיציאָנעלע“ טאָגשול, נײַערט אַן „אַמעריקאַנער־קאָנװענציאָנעל“ אָרט װוּ מע לערנט װעגן אַ טראַדיציע װאָס איז אין גאַנצן אָפּגעזונדערט פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן; ראָטס טענה אין דער דערצײלונג איז נישט מיטן תּוכן פֿון ייִדישן גלױבן, נאָר מיט דער איבערפֿלעכלעכקײט פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט װאָס ייִדן, ווי בורזשואַזע בירגער, האָבן אָנגענומען אױף זיך אַ נײַע תּורה. אין אַ דערצײלונג פֿון דער זעלבער ערשטער זאַמלונג, „אלי דער פֿאַנאַטיקער,“ איז דער װעלטבאַנעם פֿון די רעפֿאָרמירטע ייִדן, און נישט די הײמלאָזיקײט און נישט־װיסיקײט פֿון די פֿרומע גרינע, דווקא דאָס װאָס רופֿט אַרױס זײַן חוזק. דערצו, אין „די אינטריגע קעגן אַמעריקע (2004)“, איז דער רשע פֿון בוך נישט קײן פֿרומער רבֿ, נאָר אַ רעפֿאָרמירטער ראַבינער װאָס פּרײדיקט אַסימילאַציע, אַפֿילו אין אַ מדינה װאָס װערט אָנגעפֿירט פֿון נאַציס.

אין די געצײלטע ערטער װוּ ראָט װײַזט זײַן מבֿינות אין ייִדישקײט, איז זײַן טאָן פּרעציז און טרעפֿיק. למשל, אין „די שײַלאָק־אָפּעראַציע“ (1993) איז פֿאַראַן אַ לאַנגער און קאָמישער פֿאַרגלײַך צװישן דער שיתּה פֿון „חפֿץ חיים“ און זיגמונד פֿרױד, באַזירט אױפֿן פּרט װאָס, הגם זײ זענען געװען מיטצײַטלערס, האָבן זײ רעפּרעזענטירט היפּוכדיקע װעלט־באַנעמונגען און דערפֿאַר האָבן זײ געדינט פֿאַר דער מאָדערנער ייִדישער קולטור װי „שפּיגל־געשטאַלטן.“

פֿון אַ ברײטערן פּערספּעקטיװ קען מען צוגעבן אַז מדינת־ישׂראל און די פֿאַראײניקטע שטאַטן דינען װי שפּיגל־געשטאַלטן דורך ראָטס גאַנצער שאַפֿונג, פֿון „פּאָרטנױס טענה“ ביז כאָטש „די שײַלאָק־אָפּעראַציע“. בײַם סוף פֿון ראָטס באַרימטסטן און בעסטן ראָמאַן, געפֿינט זיך דער פּראָטאַגאָניסט פּאָרטנױ אין תּל־אָבֿיבֿ, װוּ ער פֿירט אַ פּאַראָדישער ליבע מיט אַ ישׂראלדיקער סאָלדאַטקע. ס׳איז מערקװערדיק אַז דער ראָמאַן קומט פֿאָר אין יאָר 1966, אָבער איז אַרױסגעגעבן געװאָרן אין יאָר 1969: הײסט עס, דער לײענער קען שױן אַ געשיכטע פֿון ישׂראל װאָס די צװײ פּאַרשױנען האָבן נאָך נישט איבערגעלעבט, פֿון ישׂראלס נצחון, די אַמעריקאַנער ראַסן־אומרוען אין די סוף־1960ער יאָרן אין ערטער אַזױ װי זײַן אייגענע היימשטאָט ניואַרק און די שװעריקײטן פֿון ישׂראלס נײַער ראָלע ווי אַ מיליטערישע מאַכט. װאָס האָט אויסגעזען אוטאָפּיש אין 1966 איז שױן געװאָרן דיסטאָפּיש אין 1969, און ראָט ניצט די צװײ שפּיגל־געשטאַלטן צו סך־הכּלען די פּסיכאָלאָגישע און אידעאָלאָגישע פּאַראַדאָקסן אױף װעלכע דער ראָמאַן איז געבױט.

כאָטש מע קען טענהן אַז ראָט האָט אין די לעצטע 20 יאָר פֿון זײַן קאַריערע אויפֿגעהערט צו שרײַבן קאָמיש, איז זײַן שרײַבן געבױט דורכױס אױף אַ יסוד פֿון סאַטירע אין װעלכער אַלע אידעאָלאָגישע פּאָזיציעס װערן אונטערגעגראָבן אין דער אינטימקײט פֿון זײער קאָנקורענץ. די פֿאַרװאָרצלונג פֿון ראָטס שרײַבן אין סאַטירישע טראַדיציעס איז נאָך אַן ענלעכקײט צװישן אים און די קלאַסיקער. לױט מײַן מײנונג, זענען זײַנע גרעסטע מײַסטערװערק די ראָמאַנען „פּאָרטנױס טענה,“ „די שײַלאָק אָפּערירונג,“ און „סאַבאַטס טעאַטער“ (1995). אַלע דרײַ ראָמאַנען זענען געװידמעט דער טעזע, אפֿשר נענטער צו שעקספּיר אײדער מענדעלע אָדער פּרץ (אָבער פֿון דעסט װעגן נישט אַזױ װײַט פֿון שלום־עליכם), אַז דער מענטשלעכער קערפּער, און ספּעציעל דער מענערלעכער קערפּער, מיט זײַן חשך, זײַנע טענות און זײַן אומרו װעלן שטענדיק באַהערשן אַלע אידעאָלאָגיעס און אידעאַליזמען. מענער אַזױ װי פּאָרטנױ, סאַבאַט, און דער פֿיליפּ ראָט װאָס דער מחבר שטעלט פֿאָר װי אַ פּראָטאַגאָניסט אין „די שײַלאָק־אָפּעראַציע“ (ענלעך צו מענדעלעס „פֿישקע דער קרומער“ אָדער שלום־עליכמס „פֿונעם יריד“) קענען נישט פֿונקציאָנירן װי אידעאָלאָגישע פֿיגורן װײַל זײ זענען געכאַפּט אין דער סאָציאַלער און סעקסועלער פּאָליטיק פֿונעם אײגענעם קערפּער.

װײניקער געראָטן זענען די ראָמאַנען געװידמעט אַ בולטן אידעאָלאָגישן װעלטבאַנעם. אין דער קאַטעגאָריע קען מען באַצײכענען זײַן ערשטן ראָמאַן נאָך „פּאָרטנױ“: „אונדזער כאַליאַסטרע‟ (1971), אַן אײן־דימענסיאָנעלע סאַטירע פֿון דער ניקסאָן־אַדמיניסטראַציע װאָס, טראָץ דער פּראָסטקײט פֿון דער פּאַראָדיע, טרעפֿט נישט די עצם בײזקײט פֿון ניקסאָן ווי אַ מענטש אָדער פּאָליטיקער. אַפֿילו דער ערנסטער ראָמאַן „דער מענטשלעכער פֿלעק (2000)“ װערט צום טײל קאַליע דורך צו־לאַנגע פּאָלעמיקעס קעגן דער פּאָליטיק פֿון „אידענטיטעט‟, צוזאַמען מיט אַן עם־האָרצדיקער קאַריקאַטור פֿונעם הײַנטיקן פֿעמיניזם.

דאָס פֿירט מיך צו דער װיכטיקסטער טענה פֿון ראָטס קאַריערע װי אַ גאַנצהײט: זײַן מיסאָגעניע [שׂינאה צו פֿרויען] און זײַן אומאינטערעס אין שאַפֿן דרײַ־דימענסיאָנעלע פֿרױען־געשטאַלטן. מע קען זיך גאָרנישט אָפּלערנען פֿון ראָטס העלדינס אָדער געשלעכט־פּאָליטיק װעגן פֿרױען גופא — נישט מער װי מע װאָלט זיך געקענט אָפּלערנען עפּעס װעגן ייִדן פֿון דאָסטױעװסקי, אָדער װעגן דעם פּועל־יוצא פֿון קאָלאָניאַליזם אױף די אַפֿריקאַנער פֿון דזשאָסעף קאָנראַד. מע קען זיך אָבער יאָ אָפּלערנען עפּעס זײער װיכטיקס װעגן קאָנראַדס ראַסיזם און װעגן דאָסטויעווסקיס אַנטיסעמיטיזם. אין זעלבן אופֿן און אין זעלבן מאָס קען מען לערנען װעגן מיסאָגעניע פֿון ראָטס שרײַבן.

אין בעסטן פֿאַל קען מען פֿאָרשלאָגן אַז ראָט שאַפֿט גענוג דיסטאַנץ צװישן זײַנע העלדן (װי פּאָרטנױ אָדער סאַבאַט) און דעם לײענער, כּדי צו באַשטעטיקן װי אַבסורד, קלײנקעפּיק און זעלבסט־דעסטרוקטיװ ס׳איז זײער כּעס צו פֿרױען. מע װײסט פֿון אַריסטאָ אַז טראַגעדיע איז עפּעס װאָס דער העלד שאַפֿט פֿאַר זיך, פֿון דעם קאָנפֿליקט צװישן זײַן טבֿע און דרך־הטבֿע. ראָטס העלדן לײַדן אָבער פֿונעם זעלבן קאָנפֿליקט, אױף אַן אַבסורדן, פֿאַרקערפּערטן, טאָג־טעגלעכן אופֿן. אין דעם ליגט די קאָמעדיע פֿון זײַן שרײַבן, און אין דער קאָמעדיע געפֿינט דער לײענער עפּעס אין זײַנע בעסטע ראָמאַנען װאָס מע געפֿינט נישט בײַ שרײַבערס װאָס לײַדן פֿון דער זעלבער מורא פֿאַר פֿרױען: נישט אין די השפּעות אױף ראָט פֿון שאול בעלאָ און נאָרמאַן מײלער, נישט אין מיטצײַטלערישע מיסאָגעניסטן אַזױ װי דזשאָן אָפּדײַק אָדער טאָם װאָלף. צװישן די אַלע אין דער רשימה, איז ראָט הײַנט דער „רעלעװאַנטסטער“, און מיט אַ מאָל אױכעט דער װאָס מע וועט מן־הסתּם נאָך אַלץ לײענען, דיסקוטירן, און אױסטײַטשן מיט נײַע חידושים אין הונדערט יאָר אַרום. כּבֿוד זײַן אָנדענק!



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.