די מנורה – אַ מענטשלעך פּנים

The Menorah's Human Face

אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער מעדיטאַציע־סימבאָל, “שוויתי”, באַצירט מיט מיסטישע געטלעכע שמות און דרײַ מנורות, געמאַכט פֿון תּהילים־פּסוקים
Kedem Auction House
אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער מעדיטאַציע־סימבאָל, “שוויתי”, באַצירט מיט מיסטישע געטלעכע שמות און דרײַ מנורות, געמאַכט פֿון תּהילים־פּסוקים

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 30, 2018.

דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט אָנצוצינדן די מנורה אינעם משכּן. אונדזער סדרה הייסט „בהעלותך‟: ווען דו הייבסט אויף די ליכט — הייסט דער אייבערשטער אַהרן־הכּהן דורך משה רבינו — זאָלסטו פֿאַרזיכערן אַז זיי ברענען ווײַטער פֿון זיך אַליין.

דאָס קלינגט ווי זייער אַ פּשוטע עצה. מיט צוויי וואָכן צוריק, ווען גלײַך נאָכן שבת זענען געקומען צוויי טעג יום־טובֿ, האָבן מיר געמוזט צוגרייטן אַ גרויסע ליכט צי אַ טעצל מיטן ברענענדיקן איילבערט־אייל, וואָס דאַרף ברענען ווי געהעריק ביז מוצאי־שבת. ווען דער יום־טובֿ הייבט זיך שוין אָן, איז די מעשׂה אַ ביסל גרינגער: פֿון איין ברענענדיקער ליכט קאָן מען אָנצינדן אַ גאַנצע ריי אַנדערע. פֿון דעסט וועגן, מוז מען פֿאַרזיכערן, אַז כאָטש איין ליכט האָט אַ סטאַבילן פֿלאַם און נייטיקן זיך נישט אין ווײַטערדיקער מענטשלעכער הילף.

וואָס טוט מען, אויב דער שבת גייט אַוועק, ס׳קומט שוין דער יום־טובֿ, אָבער דאָס צוגעגרייטע פֿײַערל האָט זיך פֿאַרלאָשן? אויב מע וווינט אין אַ פֿרומער געגנט, קאָן מען בעטן אָנצוצינדן אַ ליכט פֿון אַ שכנס פֿײַער. אויב קיין פֿרומע שכנים זענען אַרום נישטאָ, קאָן מען דערקלערן די סיטואַציע אַ צופֿעליקן נישט־ייִד.

און אויב מע ווייסט נישט, בײַ וועמען צו פֿרעגן? למשל, מע פֿאַרברענגט דעם יום־טובֿ אין אַ זומערהויז אינמיטן אַ וואַלד. אין דרויסן איז פֿינצטער, קיין עלעקטריש לעמפּל טאָר מען נישט אָנצינדן און קיין פֿײַער אין שטוב איז דאָך נישט געבליבן.

על־פּי הלכה, איז עס אַ מחלוקת. דער חיד״אָ – רבי חיים־יוסף־דוד אַזולאַי, איינער פֿון די גרעסטע ספֿרדישע פּוסקים און מקובלים, אַ גרויסער געלערנטער אין הלכה־ספֿרים – ציטירט אַ דעה, לויט וועלכער, אויב מע איז געבליבן יום־טובֿ אָן קיין פֿײַער, מעג מען עס אַליין אָנצינדן פֿון ס׳נײַ. דער ענין געהערט אָבער צום קאָמפּליצירטן סאָרט שאלות, וואָס נישט יעדער רבֿ קאָן זיי גרינג פֿאַרענטפֿערן. דעריבער, אינעם פּראַקטישן ייִדישן פֿרומען לעבן מוז מען צוגרייטן דאָס פֿײַער פֿון פֿריִער אויף אַזאַ אופֿן, ווי עס שטייט געשריבן אין אונדזער פּרשה, אַז עס וועט זיכער ברענען פֿון זיך אַליין. דער איילבערט־אייל, זײַענדיק אַ פֿליסיקער שטאָף, איז בדרך־כּלל אַ מער סטאַבילער פֿײַער־קוואַל, ווי אַ האַרטע ליכט.

אין אַ סך ייִדישע מתּנה־קראָמען פֿאַרקויפֿט מען הײַנט מנורות מיט זיבן צווײַגן. געוויינטלעך, איז עס אַ סימן פֿון מאָדערנקייט. די חז״ל דערקלערן, אַז מע טאָר נישט נאָכמאַכן די אָריגינעלע מנורה, אַזוי ווי אַנדערע כּלים פֿונעם בית־המיקדש. דערפֿאַר, האַלטן ס׳רובֿ פּוסקים, אַז אַ קליינע פּשוטע מנורהלע, געמאַכט פֿון וועלכן־ניט־איז מעטאַל און האָט זיבן לעמפּלעך, איז גענוג ענלעך צום אָריגינאַל. אַ טייל רבנים זענען נאָך מער מחמיר און פּסקענען, אַז אַפֿילו צו האַלטן אַזאַ חפֿץ אין שטוב בכלל איז אָסור, אויב אַפֿילו ס׳איז בלויז אַ סימבאָלישער אָביעקט און נישט קיין עכטער לאָמפּ, און אויב אַפֿילו ס׳איז געשאַפֿן פֿון אַן אַנדער מאַטעריאַל, לאַוו־דווקא מעטאַל.

עס באַקומט זיך, אַז הגם די זיבן־לעמפּיקע מנורה איז הײַנט געוואָרן זייער אַ פּאָפּולערער סימבאָל פֿון ייִדן און ייִדישקייט, איז איר באַנוץ נישט אויסגעהאַלטן. אין דער זעלבער צײַט, איז די עצם־צורה פֿון דער מנורה געווען אַלעמאָל גאַנץ וויכטיק אין אונדזער טראַדיציע – למשל, ווי אַ טייל פֿון מעדיטאַטיווע צייכענונגען, וואָס מע הענגט אין אַ סך שילן איבערן עמוד, בפֿרט בײַ די חסידים און ספֿרדים. אָפֿטמאָל טרעפֿט זיך אַזאַ צייכן אויך אין די סידורים, בפֿירוש ווי אַ מעדיטאַציע־סימבאָל. ווען מע קוקט דערויף פֿאַרן דאַוונען, לייענענדיק דעם קאַפּיטל ס״ז (67) אין תּהילים, אַרײַנגעשריבן אויף אַ געוויסן אופֿן אין די מנורה־צווײַגן, העלפֿט עס זיך צו פֿאָקוסירן בעסער אויף דער עבֿודת־התּפֿילה.

הייסט עס, אַז אין דער עכטער ייִדישער טראַדיציע איז די מנורה מיט זיבן לעמפּלעך נישט אַ נאַציאָנאַלער, נאָר דווקא אַ הייליקער אָביעקט, וואָס מע מעג בלויז צייכענען ווי אַ מיסטישן סימבאָל. אַזעלכע סימבאָלן, אַרומגערינגט מיט מיסטישע געטלעכע נעמען, רופֿט מען אָן אַ „שוויתי‟; דאָס וואָרט שטאַמט פֿונעם תּהילים־פּסוק „שוויתי ה׳ לנגדי תּמיד‟ – איך שטעל דעם באַשעפֿער אַלעמאָל פֿאַר מײַנע אויגן.

אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר געשמועסט וועגן דעם פּסיכאָלאָגיש־גײַסטיקן עפֿעקט פֿון איבערגעחזרטע ווערטער און מעשׂים. מע דערציילט, אַז הרבֿ נתן שטערנהאַרץ, דער עיקר־תּלמיד פֿון רבי נחמן בראַצלעווער, האָט פֿאַר זײַן פּטירה געהאַלטן אינעם איבערחזרן אָן אַ סוף די ווערטער פֿון שמונה־עשׂרה „חנון המרבה לסלוח‟ – גאָטעניו דערבאַרעמדיקער, דו האָסט גרויס רחמנות. זײַנע חסידים האָט ער געגעבן אַן עצה, אויב מע ווייסט נישט, ווי אַזוי זיך צו ווענדן צום רבונו־של־ׁעולם מיט אייגענע ווערטער, צו גיין שפּעט בײַנאַכט עלנטערהייט אין אַ וואַלד און דאָרטן פּשוט צו זאָגן ווידער און ווידער „רבונו־של־עולם” מיטן גאַנצן כּוח. דאָס העלפֿט אויך, האָט רבי נחמן דערקלערט, פּטור צו ווערן פֿון ייִאוש און עצבֿות.

געוויסע וויזועלע אָביעקטן שאַפֿן אויך אַ שטאַרקן פּסיכאָלאָגיש־גײַסטיקן עפֿעקט. אין אונדזער טראַדיציע איז דווקא די מנורה צום בעסטן באַקאַנט ווי אַזאַ מין „גראַפֿישע סגולה”. די מקובלים דערקלערן, אַז דער עפֿעקט איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס די מנורה דערמאָנט, אויף אַן אַבסטראַקטן אופֿן, דאָס מענטשלעכע פּנים. אַדרבה, דער מענטש אַליין איז די אמתע מנורה, און דער ברענענדיקער לאָמפּ איז אַ רעפּרעזענטאַציע פֿון דער מענטשלעכער נשמה. מע קאָן זאָגן, אַז דאָס איז איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס מע טאָר נישט נאָכמאַכן די הייליקע כּלי: צו פֿאַרוואַלדלען אַזאַ איידעלן מיסטישן סימבאָל אין אַ פּשוטן האַרטן שטיק מעטאַל איז אַ פּראָפֿאַנאַציע.

Kedem Auction House

דאָס מענטשלעכע פּנים האָט זיבן חוש־אבֿרים: צוויי אויגן, צוויי אויערן, צוויי נאָזלעכער און דאָס מויל. די זיבן לעמפּ, וואָס ברענען אין איין גראָדער שורה, סימבאָליזירן דעם דערהויבענעם צושטאַנד, ווען אַלע חושים פֿונעם מענטשן זענען געווענדט צום הימל און „אָנגעצונדן‟. אַזאַ פֿײַערדיקער מענטש באַלויכט די וועלט; אויף זײַן פּנים שפּיגלט זיך אָפּ אַן עכט רוחניותדיקע שׂימחה און התלהבֿות. אַ סך קונסט־ווערק פֿון גרויסע מאָלער זענען וועלט־באַרימט געוואָרן, ווײַל זיי האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַראייביקן די פּנימער פֿון פֿאַרשיידענע מענטשן – רעאַלע צי אויסגעטראַכטע – אין אַזאַ מין התלהבֿותדיקן מאָמענט.

בײַ יעדן, וואָס טראַכט כאָטש אַ ביסל וועגן רוחניות און שטרעבט צו זײַן אַ בעסערער מענטש, טרעפֿן זיך מאָמענטן פֿון אינספּיראַציע־ברען. אינעם אַלעגאָרישן זין איז די עצה, וואָס דער אייבערשטער גיט אַהרן־הכּהן, איז ווײַט נישט אַזוי פּשוט. צום באַדויערן, קאָן אַ מענטש נאָך דער רגע פֿון התהלבֿות אַרײַנפֿאַלן, נעבעך, אין ייִאוש, מרה־שחורה, פֿינצטערניש. עס דאַכט זיך אים, אַז נאָכן יום־המנוחה קומט שוין די שׂיחמת־יום־טובֿ – און אָט, ווערן די נשמה־ליכטלעך פּלוצעם פֿאַרלאָשן. אויב מע קען זיך טרעפֿן אין אַזאַ סיטואַציע מיט אַ געטרײַען חבֿר, ער זאָל אָפּחיען די דערשלאָגענע נשמה מיט זײַן אייגן אינערלעך ליכט – איז עס אַוודאי גוט. כאָטש מיט עמעצן זיך אַראָפּצורעדן פֿון האַרצן! אויב מע איז עלנט און דערשלאָגן, ווי אַזוי קאָן מען אָנצינדן דאָס נשמה־ליכט פֿון ס׳נײַ? און צי מע מעג עס אַפֿילו טאָן, ווען עס דאַכט זיך, אַז אַנשטאָט אַ יום־טובֿדיקער שׂימחה אין מען פּלוצעם אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ טיפֿער, פֿינצטערער גראָב?

די תּורה הייסט אונדז אונטערצוהאַלטן כּסדר דאָס פֿײַער אין אונדזער נשמה, עס זאָל ברענען און זיך נישט פֿאַרלעשן. די הײַנטיקע דאָקטוירים האָבן צוגעטראַכט פֿאַרשיידענע מעדיקאַמענטן און טעראַפּיע־מעטאָדן פֿאַר די, וואָס לײַדן פֿון טיפֿער מרה־שחורה. אַזעלכע קינסטלעכע מיטלען קאָן מען אָבער פֿאַרגלײַכן בלויז מיט אַ לאַמטערנדל, וואָס דערמעגלעכט צו דערזען אַ פֿאַרלאָשענע מנורה פֿון דער ווײַטנס אינעם חושך. דער עיקר־קוואַל פֿונעם אינטערלעכן ליכט און חיות איז אונדזער אייגן שטרעבן נישט צו דערלאָזן דאָס נשמה־ליכט אויסצוגיין אַפֿילו אין די ערגסטע מאָמענטן פֿונעם לעבן. שטענדיק דאַרף מען שטרעבן אויפֿצוהייבן אַלע חושים וואָס העכער, וואָס ליכטיקער – דורך תּפֿילות, מיצוות, תּורה־לערנען און מעשׂים־טובֿים – צום הימל, צום רבונו־של־עולם, צו די פֿינקלעך פֿון ליכטיקייט אין דער וועלט אַרום און אין אונדז אַליין.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.