פּיעסעס וועלן לערנען קינדער ייִדיש

Plays Will Teach Children Yiddish

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 30, 2018.
Gera Sandler/New Yiddish Rep

דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער,‟ וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע אַוואַנגאַרדישע פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש פֿאַר דערוואַקסענע, לאַנצירט איצט אַן איניציאַטיוו צוצוציִען אַ נײַעם עולם — קינדער.

געראַ סאַנדלער, אַן אַקטיאָר וואָס טרעט אויף אָפֿט אין דער טרופּעס פֿאָרשטעלונגען, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟ אַז דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ וועט אינסצענירן אַ פֿאָלקס־מעשׂה דורך ליאַלקעס. ווי אַ טייל פֿון דער אויפֿפֿירונג וועט מען באַנוצן ייִדישע ווערטער און לערנען דעם עולם וואָס זיי באַטײַטן. די פּיעסע, „אַ מעשׂה וועגן אַ קאַרגן מענטש, אַ קלוגן רבֿ און אַ ראָזעווען ציג‟ איז אַ משל וואָס לערנט ווי אַזוי מע קען לעבן מיט ווייניק חפֿצים. אַחוץ סאַנדלערן וועלן אָנטייל נעמען אין דער פֿאָרשטעלונג מערי בלעק, אלי ראָזען און רונית אַשרי.

סאַנדלער האָט דערקלערט, אַז ער איז אַנטציקט, וואָס מע הייבט אָן אַ קינדער־טעאַטער אויף ייִדיש ווײַל אַזאַ זאַך עקסיסטירט ניט אין ניו־יאָרק שוין כּמעט 100 יאָר.

די ערשטע פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען זונטיק, דעם 10טן יוני, 10:00 און 11:30 אין דער פֿרי אינעם נײַעם לאָקאַל פֿונעם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ — 315 וועסט 39סטע גאַס סטודיאָ 902. בילעטן: $30 פֿאַר איין קינד, $25 פֿאַר צוויי קינדער.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: //newyiddishrep.org/JEKinder.html.