קאַפֿקאַס אַרײַנפֿיר צו ניט־פּובליקירט ווערק פֿאַרקויפֿט פֿאַר כּמעט 175,000$

Kafka's Intro to Unwritten Novel Sold For Nearly $175,000

פֿראַנץ קאַפֿקאַ אין 1917
Wikimedia Commons
פֿראַנץ קאַפֿקאַ אין 1917

פֿון ייִט״אַ

Published June 05, 2018.

אַ כּתבֿ־יד אָנגעשריבן פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ איז שבת פֿאַרקויפֿט געוואָרן צו אַ פּריוואַטן זאַמלער פֿאַר כּמעט 175,000$ אויף אַ ליציטאַציע אין דײַטשלאַנד. דער עפֿנפּרײַז איז געווען 105,000$.

פֿראַנץ קאַפֿקאַ, אַ טשעכיש־ייִדישער מחבר פֿון ראָמאַנען און דערציילונגען אויף דײַטש, איז פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון די גרעסטע שרײַבער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

דעם מאַנוסקריפּט האָט קאַפֿקאַ אָנגעשריבן מיט דער האַנט אין יאָר 1911 ווען ער איז געווען בלויז 28 יאָר — נאָך איידער ער איז באַרימט געוואָרן. דער 6־זײַטיקער כּתבֿ־יד איז אַן אַרײַנפֿיר צו אַ ראָמאַן וואָס ער האָט געהאַט בדעה אָנצושרײַבן מיט זײַן פֿרײַנד און פֿאַרלעגער, מאַקס בראָד, אויך אַ ייִד.

דעם ראָמאַן, „ריכאַרד און שמואל‟, האָט ער קיין מאָל נישט אָנגעשריבן אָבער אינעם אַרײַנפֿיר דערקלערט קאַפֿקאַ זײַן וויזיע פֿאַרן בוך: עס וועט פּרטימדיק באַשרײַבן אַ נסיעה איבער דער שווייץ און איטאַליע דורכגעפֿירט פֿון צוויי העלדן, באַזירט אויף בראָד און זיך אַליין.

דער אַרײַנפֿיר, וואָס איז זינט 1983 געלעגן אין די הענט פֿון אַ פּריוואַטן זאַמלער פֿון דער שווייץ, איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן בײַם ליציטאַציע־הויז אויפֿן נאָמען פֿון קריסטשען העסע אין דער שטאָט האַמבורג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.