וואָס מיר קענען זיך אָפּלערנען פֿון די ישׂראלים

What We Can Learn From the Israelis

Getty Images

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published June 05, 2018.

ס׳רובֿ פֿון אײַך קענען מסתּמא דעם װיץ פֿונעם אַמעריקאַנער עולה:

„ווען כ׳בין אָנגעקומען אין לאַנד האָב איך זיך גלײַך פֿאַרשריבן אין אולפּן,‟ זאָגט ער. „כ׳ווייס אָבער נישט ווי ניצלעך ס׳איז געווען. די ערשטע דרײַ ווערטער וואָס מע האָט אונדז אויסגעלערנט האָב איך מחוץ דעם קלאַס קיין מאָל נישט געהערט — בבקשה, תּודה און סליחה.‟

צי אַזאַ רעפּוטאַציע פֿונעם ישׂראלי — אַז ער איז נישט ראַפֿינירט און פֿירט זיך נישט לויטן אָנגענומענעם עטיקעט — איז אַ באַרעכטיקטע בין איך אַליין נישט זיכער. מיר אַמעריקאַנער ייִדן וווינען שוין אַזוי לאַנג אין דעם אַנגלאָ־זאַקסישן לאַנד אַז מיר כאַפּן זיך נישט וויפֿל מיר זענען אונטער דער השפּעה פֿון די אַמעריקאַנער ווערטן. לויט מײַן השערה האָבן אונדזערע ייִדיש־רעדנדיקע באָבעס און זיידעס אין מיזרח־אייראָפּע מסתּמא נישט אָנגעהויבן יעדע בקשה מיט „זײַ אַזוי גוט‟ אָדער איבערגעחזרט די פֿראַזע „אַ דאַנק‟ און „נישטאָ פֿאַר וואָס‟ צענדליקער מאָל אַ טאָג. זייער פֿרײַנדלעכקייט האָט מען דערטאַפּט נישט דורך זײערע רײד, נאָר דורך זייערע מעשׂים.

טאַקע דערפֿאַר וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן און דערמאָנען, לכּבֿוד דעם 70סטן יאָר פֿון דער ייִדישער מדינה, עטלעכע אַנדערע זאַכן וואָס איך האָב באַמערקט וועגן דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט וואָס די ישׂראלים וועלן אַליין אפֿשר נישט זען פֿאַר לויבווערטיק אָבער וואָס מיר מעגן פֿאָרט באַטראַכטן ווי אַ מוסטער פֿאַר אונדז אַלעמען.

ערשטנס, זייער צוגאַנג צו זייער לשון, העברעיִש. קיין ישׂראלי וועט נישט מבֿטל זײַן די אייגענע שפּראַך אַזוי ווי ס׳רובֿ ייִדן טוען עס מיט ייִדיש. דאָס רעדן העברעיִש איז בײַ אים אַזוי נאַטירלעך ווי דאָס אײַנאָטעמען לופֿט. ער אָדער זי וועט נישט זאָגן אַז דאָס מאָדערנע וואָרט „כּיף‟ (אַרויסגערעדט „קעף‟, טײַטש: אַ הנאה, אָדער fun, בלע״ז) איז נישט העברעיִש אָדער אַז זײַן באָבע האָט קיין מאָל נישט געניצט דאָס וואָרט. „כּיף‟ שטאַמט טאַקע פֿון אַראַביש אָבער קיינעם גייט עס נישט אָן. עס גייט זיי אויך נישט אָן אַז דאָס וואָרט „קווץ׳‟ (אַרויסגערעדט „קוועטש‟) איז געבאָרגט פֿון ייִדיש אָדער אַז „סנדויץ‟ [„סענדוויטש‟] קומט פֿון ענגליש.

די ישׂראלים האָבן אויך נישט קיין טענות קעגן נעאָלאָגיזמען. באַלד ווי די אַקאַדעמיע פֿון דער העברעיִשער שפּראַך האָט געשאַפֿן דאָס וואָרט „מחשבֿ‟ פֿאַר קאָמפּיוטער איז עס געוואָרן אַ טייל פֿונעם טאָג־טעגלעכן לשון. דאָס וואָרט פֿאַר עלעקטריע, „חשמל‟, האָט דער באַרימטער לעקסיקאָגראַף אליעזר בן־יהודה איבערגעניצעוועט פֿון ספֿר יחזקאל. דאָרט האָט עס באַטײַט אַ געטלעכער כּוח, בליץ אָדער ענערגיע.

ישׂראלים זעען נישט די געבאָרגטע און נײַ געשאַפֿענע ווערטער אין העברעיִש ווי אַ חסרון, נאָר פֿאַרקערט — ווי אַ נאַטירלעכער מיטל צו באַרײַכערן די אייגענע שפּראַך כּדי מע זאָל זיך קענען בעסער אויסדריקן. אײַ, ווי געוווּנטשן ס׳וואָלט געווען ווען ייִדן איבער דער וועלט וואָלטן זיך פּשוט אויסגעלערנט ווי צו רעדן ייִדיש.

די צווייטע זאַך וואָס מיר מעגן זיך אָפּלערנען פֿון די ישׂראלים איז זייער איבערגעגעבנקייט צום דערציִען קינדער. מיר לעבן אין אַ צײַט ווען איבער דער וועלט, און בפֿרט אין די עקאָנאָמיש אַוואַנסירטע לענדער, מאַכט די באַפֿעלקערונג דורך אַ דעמאָגראַפֿישן קריזיס. ווי אַלע ווייסן קען אַ געזעלשאַפֿט ממשיך זײַן בלויז אויב די דורכשניטלעכע „פֿאַרבײַט־פּראָפּאָרציע‟ (די צאָל קינדער וואָס אַ פֿרוי האָט במשך פֿון אירע קינדל־יאָרן) באַטרעפֿט נישט ווייניקער ווי 2.1. אָבער אַ סך לענדער באַווײַזן דאָס נישט. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האַלט די פֿרוכפּערדיקייט בײַ 1.84; אין פֿראַנקרײַך — 1.96; נאָרוועגיע — 1.75 און אין שפּאַניע — אַ שאָקירנדיקע 1.3.

אין די ווײַט־מיזרחדיקע לענדער איז נאָך ערגער: אין יאַפּאַן האַלט עס בײַ 1.46; דרום־קאָרעע — 1.05 און טײַוואַן — 0.9! נישט קיין חידוש וואָס די מלוכה־אינסטאַנצן פֿון יענע לענדער ברעכן זיך די הענט, אויס זאָרג פֿאַר זייער צוקונפֿט.

אין פֿאַרגלײַך, איז די פֿרוכפּערדיקייט אין ישׂראל אַ סך מער פֿויגלדיק: אַזש 3.1. דאָס נעמט אַרײַן, אַגבֿ, נישט בלויז חרדישע, פֿאַראָרעמטע און ישׂראלדיק־אַראַבישע פֿרויען, נאָר אויך דורכשניטלעכע משפּחות פֿונעם מיטלקלאַס, וואָס האַלטן זיך פֿאַר „מסורתי‟ (טראַדיציאָנעלע ייִדן) און „חילוני‟ (סעקולער).

ווי עס שרײַבט דער ישׂראלדיקער היסטאָריקער אופֿיר העבֿרי לעצטנס אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל Mosaic, איז די פֿרוכפּערדיקײט בײַ חרדישע פֿרויען אין 2015 געװען 6.7; בײַ נישט־חרדישע וואָס היטן שבת — 4.2; בײַ די מסורתּי — 2.6, און בײַ די סעקולערע — בערך 2.1. מיט אַנדערע ווערטער, אַפֿילו נישט־פֿרומע פֿרויען האַלטן דאָס האָבן קינדער פֿאַר וויכטיק, נישט געקוקט אויף די מעגלעכע „חסרונות‟ דערפֿון. איך לייקן נישט אַז עס זענען דאָ געוויסע שוועריקייטן בײַם האָדעווען דרײַ אָדער מער קינדער: די הויכע הוצאָות, למשל (בפֿרט אויב מע וויל זיי גיבן אַ געראָטענע ייִדישע דערציִונג). אַ צווייטע מעגלעכע פּראָבלעם: אַ מאַמע (אָדער טאַטע) וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אויפֿהאָדעווען קינדער וועט מסתּמא נישט קענען שטײַגן אַזוי הויך בײַ דער קאַריערע ווי אַנדערע וואָס האָבן נישט קיין קינדער.

און דאָך האַלט איך אַז דאָס האָבן גרויסע משפּחות איז אַ סימן פֿון אַ געזונטער געזעלשאַפֿט. זײַענדיק אַליין איינס פֿון פֿיר קינדער געדענק איך ווי ס׳איז תּמיד געווען לעבעדיק בײַ אונדז אין שטוב; תּמיד געווען מיט וועמען צו רעדן, צו שפּילן, צו טרינקען טיי. שוין אָפּגערעדט ווי גליקלעך מײַנע טאַטע־מאַמע זענען געווען בײַם דערלעבן זעכצן אייניקלעך.

די ישׂראלים פֿאַרשטייען אַז דאָס האָבן גרויסע משפּחות איז כּדאַי פֿאַר אַלעמען, נישט בלויז פֿאַר די פֿרומע. אַ געוויסע לעבן געבליבענע פֿון לאָדזשער געטאָ און אוישוויץ — פֿייגל אינפֿעלד־גלעזער ע״ה — האָט מיר יאָרן לאַנג געזאָגט ווי אַנטוישט זי איז וואָס איר טאָכטער, לאה, איז אַזוי „פֿאַרפֿרומט‟ געוואָרן, האָט זיך באַזעצט מיטן מאַן אין מאָנסי און געהאַט אַ האַלבן טוץ קינדער. און דאָך, מיט יאָרן שפּעטער, אויף דער חתונה פֿון איינעם פֿון אירע אייניקלעך, האָב איך דערזען פֿייגלען זיצן לעבן דער כּלה פּונקט פֿאַרן באַדעקן. דאָס פּנים האָט בײַ איר געשטראַלט. ווען זי האָט מיך דערזען האָט זי מיך אָנגעכאַפּט בײַ דער האַנט און געוויזן אויף די ייִנגלעך און מיידלעך וואָס רעשן אַרום איר. „דו זעסט?‟ האָט זי מיר געזאָגט מיט גלאַנציקע אויגן. „אָט דאָס זענען אַלע מײַנע קינדער און אייניקלעך!‟

אָט דער טיפֿער אָפּטימיזם און שטאָלץ וואָס פֿייגל האָט אויסגעדריקט אין דעם איינעם זאָג איז די זעלבע זאַך וואָס איך זע בײַ די ישׂראלים: אַ שטאָלץ און אָפּטימיזם אין זייער לשון, אין זייערע קומעדיקע דורות און במילא אין זיך אַליין.