ישׂראלדיקע פֿאָן געמאַכט פֿון קיכעלעך שלאָגט „גינעס‟־רעקאָרד

Israeli Flag Made of Cookies Breaks Guinness World Record

Cookies for Israel

פֿון ייִט״אַ

Published June 05, 2018.

דער ייִדישער ציבור אין אַטלאַנטע האָט געשלאָגן אַ „גינעס‟ וועלטרעקאָרט נאָכן שאַפֿן אַ ישׂראלדיקע פֿאָן פֿון קיכעלעך.

די פֿאָן, וואָס אַ גרופּע וואָלונטירן האָבן זונטיק צונויפֿגעשטעלט לכּבֿוד ישׂראלס 70סטן געבוירן־טאָג, איז באַשטאַנען פֿון בערל 117,000 קיכעלעך און זיך געצויגן 3,224 פֿוס איבער דער פּאַדלאָגע פֿון „העריטאַדזש האָל‟, דער זאַל אין דער סינאַגאָגע „בית יעקבֿ‟.

דעם פֿריִערדיקן רעקאָרד פֿאַר דער גרעסטער פֿאָן געמאַכט פֿון קיכעלעך האָט פֿאראַיאָרן געשלאָגן די שאַפֿער פֿון אַ פּאַקיסטאַנער פֿאָן וואָס האָבן עס צונויפֿגעשטעלט לכּבֿוד פּאַקיסטאַנס 70סטן יאָר.

אַ פֿאָרשטייער פֿון דער „גינעס‟־אָרגאַניזאַציע, מײַקל עמפּריק, איז בײַגעווען צו באַשטעטיקן דעם רעקאָרד.

דורכן צוציִען בײַשטײַערס פֿון 10$ אַ קיכעלע האָט דער ישׂראלדיקער פֿאָן־פּראָיעקט געזאַמלט מער ווי 103,000$, וואָס איז איבערגעשיקט געוואָרן צו דרײַ אָרגאַניזאַציעס אין ישׂראל: „די פֿאַראייניקטע ׳הצלה׳־אָרגאַניזאַציע‟; „משפּחה אַחת‟ [איין משפּחה] — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט ישׂראלדיקע געליטענע פֿון טעראָריסטישע אַטאַקן, און Partnership2Gether וואָס קניפּט אָן פֿרײַנדשאַפֿט צווישן ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער ייִדישע ייִשובֿים.

צום סוף האָט מען די קיכעלעך געגעבן עטלעכע צדקה־אָרגאַניזאַציעס אויסצוטיילן צו אָרעמע לײַט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.