דרײַ ווילנער פּאָעטן: קאַטשערגינסקי, סוצקעווער און גראַדע

Three Poets From Vilna: Kaczerginski, Sutzkever and Grade

Yehuda Blum

פֿון יחיאל שיינטוך

Published June 05, 2018.

[דער לעצטער אין דער סעריע, „דרײַ ווילנער פּאָעטן‟]

הגם סוצקעווער רעפּרעזענטירט טאַקע די וועלטישע ווילנע, דאָס בעסטע פֿון דער מאָדערניסטישער גרופּע פּאָעטן פֿון „יונג ווילנע‟ צווישן ביידע וועלט־מלחמות, האָט די ווילנע פֿונעם חזון איש, די בני־תּורה און די ליטווישע תּלמידי־חכמים באַקומען זייער ליטעראַרישן תּיקון אין דער פּראָזע און פּאָעזיע פֿון סוצקעווערס חבֿר במשך פֿון די יאָרן פֿון „יונג ווילנע‟ — חיים גראַדע.

מײַן באַגעגעניש מיט חיים גראַדעס שאַפֿן האָט מיך געפֿירט, נאָך יאָרן פֿון פֿאַרטיפֿן זיך אין זײַן ליטעראַרישער און אינטעלעקטועלער ביאָגראַפֿיע, אים פֿאָרצושטעלן ווי דער פֿערטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור זעט מײַן אַרטיקל וועגן דעם אין פֿאָרווערטס פֿון 4טן מײַ 2018.

זיי זײַנען געווען דרײַ פּאָעטן פֿון ווילנע. שמריהו (שמערקע) קאַטשערגינסקי איז געקומען אין ווילנער געטאָ, און צוזאַמען מיט אַבֿרהם סוצקעווערן איז ער אַוועק צו די פּאַרטיזאַנער אין דער נאַראָטשער פּושטשע. נאָך דער מלחמה זײַנען סוצקעווער, קאַטשערגינסקי און גראַדע געקומען קיין פּאַריז, און נאָך אַ לענגערער תּקופֿה אין פּאַריז איז יעדער איינער פֿון זיי אַוועק אין אַן אַנדער ריכטונג: שמערקע קאַטשערגינסקי איז אַוועקגעפֿאָרן קיין אַרגענטינע אין יאָר 1950. אין יאָר 1954 איז ער אומגעקומען אין אַן אַעראָפּלאַן־אַקצידענט פֿליִענדיק איבער די אַנדן־בערג אין דרום־אַמעריקע; אַבֿרהם סוצקעווער איז אַוועק קיין ארץ־ישׂראל אין 1947 און חיים גראַדע איז געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1948.

קאַטשערגינסקי איז געבליבן לענגער אין פּאַריז. זײַנע שריפֿטן און אויפֿטוען אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קולטור וואַרטן נאָך אַלץ אויף אַ תּיקון און אַ גרינטלעכער אַרבעט וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. אין פּאַריז איז געבוירן געוואָרן זײַן איינציקע טאָכטער ליבעלע. אין יאָר 1955, ווען ליבעלע איז געווען 9 יאָר אַלט און געוווינט מיט איר מוטער מערי אין בוענאָס־אײַרעס, איז איינע פֿון מײַנע ערשטע לערערײַ־שטעלעס געווען צו לערנען מיט ליבעלען העברעיִש. איך פֿלעג זיך שלעפּן פֿון צענטער שטאָט מיט אַ טראַמווײַ, אַ לענגערע צײַט, ביז זייער הויז. קאַטשערגינסקיס אַלמנה האָט באַקומען אַ פּאָסטן אין דער ייִדישער קהילה אין בוענאָס־אײַרעס, אין אַן אָפּטייל וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט אַרויסגעבן אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון ייִדישע צײַטונג־אויסשניטן, לויט טעמעס. די ייִדישע קהילה אין בוענאָס־אײַרעס האָט זיך נוהג געווען, צו שטיצן אויף אַזאַ אופֿן משפּחות פֿון ייִדישע שרײַבער און טאַקע אויך די ייִדישע שרײַבער אַליין.

יאָרן שפּעטער האָט ליבעלע עולה געווען קיין מדינת־ישׂראל, געלערנט אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט, און איז אַ צײַט געוואָרן מײַן אַסיסטענטין אינעם מענדעלע־פּראָיעקט. דאָס איז געווען בײַם סוף פֿון די 1960ער יאָרן. ליבעלע האָט געוווינט ווי אַ סטודענטין אין זעלבן בנין ווי איך מיט מײַן משפּחה, אין דער געגנט פֿון דער גאַס שמואל הנבֿיא אין ירושלים, און אויפֿן זעלבן שטאָק — אַ טיר קעגן אַ טיר. ליבעלע האָט געהאַט אַ קאַץ וועמען זי האָט אַ נאָמען געגעבן „סטוטשקאָוו‟ אויפֿן נאָמען פֿון נחום סטוטשקאָוו, דער מחבר פֿונעם „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟, דער טעזאַורוס פֿון ייִדישן לשון). בײַ איר אין דער דירה האָב איך געטראָפֿן איר מוטער וואָס איז געקומען אויף אַ וויזיט קיין ישׂראל. דאָס איז געווען בײַם סוף פֿון די 1960ער יאָרן, און איך האָב בײַ איר געבעטן איבערגעבן שמערקע קאַטשערגינסקיס אַרכיוו אין יד־ושם, און אַזוי האָט זי געטאָן. מרדכי שטריגלער און שמערקע קאַטשערגינסקי זײַנען געווען נאָענטע חבֿרים נאָך פֿון דער פּאַריזער תּקופֿה, און אין קאַטשערגינסקיס אַרכיוו אין יד־ושם געפֿינען זיך וויכטיקע בריוו וואָס שטריגלער האָט געשריבן פֿון פּאַריז צו זײַן חבֿר אין בוענאָס־אײַרעס.

אין אָט דעם דרײַלינג פֿון די ווילנער פּאָעטן, איז קאַטשערגינסקי געווען דער עקספּרעסיווער מנהיג, דער וואָס האָט געוווּסט ווי אַזוי אַרום אָפּצושוואַכן די שפּאַנונג צווישן זײַנע צוויי חבֿרים, און לאָזן רוען אויף זיי אַן אַטמאָספֿער פֿון פֿרײַנדשאַפֿט און שלום. די שפּאַנונג צווישן חיים גראַדען און אַבֿרהם סוצקעווערן זײַנען אַ טעמע פֿאַר זיך, וואָס וואָלטן באַדאַרפֿט באַהאַנדלט ווערן באַזונדער, ווי אַ טייל פֿון חבֿרישע באַציִונגען וואָס ציִען זיך פֿון סוף 20קער יאָרן אין “יונג ווילנע” און ביז חיים גראַדעס טויט אין 1982.

ליבעלעס ביאָגראַפֿיע איז קאָמפּליצירט און שפּיגלט אָפּ אין אַ באַשטימטן זין די פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע געשעענישן אין מדינת־ישׂראל אין די 70קער יאָרן, די תּקופֿה אין אַרגענטינע פֿון די גענעראַלן צווישן דער צווייטער העלפֿט פֿון די 70קער יאָרן און דער אָנהייב פֿון די 80קער יאָרן, און די געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע אומשטאַנדן אין פֿראַנקרײַך און מדינת־ישׂראל זינט די 90קער יאָרן און דער עיקר — די ערשטע יאָרן פֿון 21סטן יאָרהונדערט. אויב און ווען ליבעלע קאַטשערגינסקי וועט באַוויליקן אָנשרײַבן אירע זכרונות, וועט זײַן ווערט זיי איבערצולייענען.

ליבעלע איז ענדגילטיק צוריקגעפֿאָרן קיין פּאַריז, געקויפֿט דאָרט אַ דירה און פֿון פּרנסה־וועגן געוואָרן אַ דערציִערין אין די פֿראַנצייזישע מלוכהשע שולן.

שמערקע קאַטשערגינסקיס ליד „שטילער, שטילער‟, וועגן די דערמאָרדעטע ייִדן אין פּאָנאַר, בײַם ווערן פֿאַרשלאָסן אין ווילנער געטאָ; אַבֿרהם סוצקעווערס ליד „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן‟, געשריבן אין ווילנער געטאָ און געזונגען אין טעאַטער פֿון געטאָ, און די פּאָעמע „יחזקאל‟ פֿון חיים גראַדע, וואָס איז טאַקע נישט געשריבן געוואָרן אין געטאָ, נאָר פֿאַר דער מלחמה, אין מיטן די 1930ער יאָרן — אָט די דרײַ שאַפֿונגען פֿון די דרײַ ווילנער פּאָעטן זײַנען געוואָרן שוין, מיט אַ סך צײַט צוריק, דרײַ קלאַסישע חורבן־פּאָעמעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וועלכע ייִדן אין געטאָס און לאַגערן האָבן געזונגען און דעקלאַמירט. זיי האָבן אַפֿילו געגלויבט אַז גראַדע האָט געשריבן די פּאָעמע „יחזקאל‟ דווקא אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט.

חיים גראַדע האָט געהאַט אַ פֿאָרגעפֿיל וועגן דעם חורבן וואָס דערנענטערט זיך און מוז געשען. אין זײַן דראַמאַטישער פּאָעמע „חורבין‟, וואָס איז ביז הײַנט געבליבן אין כּתבֿ־יד, באַשרײַבט ער די לעצטע מאָמענטן פֿון דער ייִדישער ליטע. אָט די פּאָעמע איז אָנגעשריבן געוואָרן אין די יאָרן 1938 – 1939 פֿון די טיפֿענישן פֿון אַ מין אַנונג, אַז עס וועט באַלד קומען דער קץ. מיט אַזאַ געפֿיל, פֿאַרכאַפּט פֿון אַן אומרויִקייט, דערציילט גראַדע אין זײַנע בריוו, ווי ער פֿלײַסט זיך (ווי באַוועלטיקט פֿון אַ פֿאָרגעפֿיל) צו באַזוכן וואָס מער ייִדישע ייִשובֿים לענג־אויס דעם טײַך נאַרעוו אין דער ליטע. גראַדע האָט דעמאָלט געהאַט אַ געפֿיל אַז דאָס איז דאָס לעצטע מאָל וואָס ער טרעפֿט זיך מיט ייִדן און זייערע ייִשובֿים. די עקסקורסיע לענג־אויס דעם טײַך נאַרעוו אויף וועלכן גראַדע האָט זיך געשיפֿט, ווערט באַשריבן פֿון אים ווי אַן אַקט מיט דער קאָנוווּלסיע פֿון אַ נעילה־געפֿיל, איידער עס דערנענטערט זיך אַ קאַטאַסטראָפֿע.

אָט דער כּתבֿ־יד איז געשריבן געוואָרן בײַם סוף פֿון די 1930ער יאָרן. ער איז דאַן נאָך נישט געווען רעדאַקטירט און עס זענען פֿאַראַן אין אים אַ סך אויסגעמעקטע שורות. איך האָב באַקומען דעם כּתבֿ־יד, צוגעשיקט צו מיר פֿון גראַדעס אַלמנה, אינאַ העקער־גראַדע, און איך דרוק דאָ ווײַטער די פּאָעמע מיט וועלכער גראַדע עפֿנט זײַן „חורבין‟:

דער נאַרעוו

דער נאַרעוו איז אַרויס אויף אונדז פֿון זײַנע ברעגן
אין ערבֿ־פֿרילינגדיקע טעג,
מיר זײַנען אײַנגעטוליעטע, ווי שאָף אין ווינט און רעגן,
אין גרעסטן שטורעם בײַ זײַן ברוסט געלעגן,
איצט מוזן מיר אַוועק…
אָ, פֿאַרשווענקט האָט אונדז דער נאַרעוו.

ער האָט דאָך אונדז אין זײַנע וואַסערן געבאָדן,
און יעדן קינד זײַן בלוי אַוועקגעשענקט,
מיט וואָס זשע האָבן מיר אים ביזן אָפּגרונט אויסגעזאָדן,
אַז ער האָט אונדזער היים פֿון באָדן
פּלוצלונג אָפּגעשווענקט?
אָ, פֿאַרשווענקט האָט אונדז דער נאַרעוו.

ער האָט אַרײַנגעלאַכט אין אונדזער האַרץ — און נאָך אין וויגל
האָבן מיר געהערט זײַן פֿריידגעזאַנג.
מיר האָבן אין פֿרימאָרגן איבער אים אַרומגעפֿליגלט,
איצט בלוטיקט אין זײַן בלויען שפּיגל
אונדזער זונפֿאַרגאַנג…
אָ, פֿאַרשווענקט האָט אונדז דער נאַרעוו.

ווי אונדזערע פֿאַרוויסטע היימען זײַנען אײַנגעבראָכן און צעשפּאָלטן
די מצבֿות אויפֿן פֿעלד,
פֿאַרוואַקסענע מיט ווילדגראָז ווי די טויטע וואָלטן —
ווי מיר אַליין פֿאַרשעמטע און פֿאַרשאָלטן —
די געזיכטער זיך פֿאַרשטעלט…
אָ, פֿאַרשווענקט האָט אונדז דער נאַרעוו.

געשטאָרבענע, מיר בעטן אײַך מחילה פֿאַר דער שענדונג,
און מיר באַשווערן אײַך.
געהייליקטע דורך ליבשאַפֿט, הונדערט־יעריקע לעגענדן;
לאָזט זיך ניט פֿאַרטרענקען און פֿאַרלענדן
פֿון דעם אויפֿגעברויזטן טײַך…
אָ, פֿאַרשווענק אונדז מער ניט נאַרעוו.

פֿאַר וואָס ביסטו אויף אונדז אַזאַ דערצאָרנטער, אַן אויפֿגעברויזטער,
ס’איז אונדזער שול דאָך אַלט
אַזוי פֿיל ווי דער ייִשובֿ דאָ — אַן עדות איז דער קלויסטער,
און דער אַרומיקער געקרויזטער
אַלטער וואַלד…
אָ, פֿאַרשווענק אונדז מער ניט נאַרעוו.

ווי קענען מיר פֿאַרגעסן אונדזער הימל און די אַלטע היימען,
דער מאַמעס שלאָפֿליד בײַ דער וויג? —
די האַרץ די אָפּגענאַרטע הערט ניט אויף צו טרוימען,
אַז דו וועסט אײַנשטילן זיך און פֿאַרצוימען
אין דײַן בעט צוריק…
אָ, פֿאַרשווענק אונדז מער ניט נאַרעוו.

וואָס איז ריכטיקער — צו לעבן מיטן מיטאָס אָדער מיטן אמת?

73 יאָר נאָכן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, קאָרמעט מען אונדז נאָך אַלץ מיט מיטאָסן. די רעאַליטעט בעתן חורבן איז געווען רײַכער און פֿילפֿאַכיקער. נאָך דער גוואַלדיקער טראַומע, נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, מיטן פֿאַרלוסט פֿון אַ דריטל פֿון ייִדישן פֿאָלק, טוליען מיר זיך נאָך אַלץ צו דעם מיטאָס און פֿאַרבייגן דעם אמת. אָט דער פֿענאָמען ווערט בולט בײַם באַטראַכטן דאָס וואָס מיר ווייסן וועגן דער חורבן־ליטעראַטור אויף ייִדיש, געשאַפֿן אין געטאָס און לאַגערן אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט.

למשל, די פּאָעזיע געשריבן פֿון ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און שפּעטער אָפּגעדרוקט אין ביכער נאָך דער מלחמה, טראָגן אַ סך מאָל דאַטעס פֿון דער מלחמה־צײַט, אָבער דאָס זײַנען טעקסטן וואָס רעדאַקטאָרן און אַפֿילו געראַטעוועטע ייִדישע שרײַבער האָבן קאָרעגירט, געענדערט דאָס געשריבענע בעת דער מלחמה, און עס פֿאָרגעשטעלט ווי אויטענטישע טעקסטן פֿון געטאָס און לאַגערן. אַזוי האָט געטאָן ישעיה שפּיגל פֿון לאָדזשער געטאָ, אַבֿרהם סוצקעווער פֿון ווילנער געטאָ, ה. לייוויק ווי דער רעדאַקטאָר פֿון שמערקע קאַטשערגינסקיס לידער פֿון געטאָס און לאַגערן, און משה פּראַגער ווי דער רעדאַקטאָר פֿון זײַן באַקאַנטער אַנטאָלאָגיע מן המצר קראתי:  שירי הגיטאות, מחנות העבדות, חצרות המוות, הפרטיזנים, הנקם והקרב, במקורם ובתרגומם העברי (1955; צווייטע אויפֿלאַגע אַרויסגעגעבן פֿון מוסד הרב קוק אין ירושלים אין יאָר 2004).

במשך צענדליקער יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז דער באַגריף „חורבן־ליטעראַטור‟ געווען מטושטש און נישט קלאָר דעפֿינירט. ביז הײַנט נעמט אָט דער באַגריף אַרײַן אין זיך ליטעראַטור־שאַפֿונגען וואָס זענען פֿאַרפֿאַסט געוואָרן פֿאַר, בעת און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער וואָס זוכט דעם אמת, און באַנוגנט זיך נישט מיט אַ מיטאָס־אַטמאָספֿער, וועט זיך סטאַרען איבערצוקלײַבן פֿון די שטויסן טעקסטן וואָס ווערן פֿאַררעכנט ווי „חורבן־ליטעראַטור‟, נאָר אַזוינע וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט, און וועט זיך מיִען צו דערגיין צו יענע טעקסטן וואָס זענען טאַקע אָנגעשריבן געוואָרן אין געטאָס און לאַגערן. אין די לעצטע צענדליקער יאָרן האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער וואָס זוכט צו דערגיין ווי אַזוי האָבן ייִדן זיך פֿאַרמאָסטן מיט זייער גורל אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט, זאָל זיך נישט שטיצן אויף יענע טעקסטן וואָס זענען איבערגעשריבן געוואָרן אָדער איבערגעאַנדערשט געוואָרן פֿון רעדאַקטאָרן אָדער געראַטעוועטע שרײַבער, נאָך דער מלחמה.

די „טראַומע‟ פֿון נאָך־דער־באַפֿרײַונג, די דערשיטערונג פֿון דעם איבערגאַנג פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט אויף דער פֿרײַ, איז אָן שום ספֿק גורם געווען שרײַבן אַנדערש נאָך דער מלחמה — אַפֿילו ווען דאָס באַשריבענע האָט זיך באַצויגן צו איבערלעבונגען בעת דער חורבן־תּקופֿה. אָט די אַזוי גערופֿענע „טראַומע‟ באַאײַנפֿלוסט די שריפֿטן פֿון די געראַטעוועטע שרײַבער ביז הײַנט.

אַ בײַשפּיל פֿאַר דעם אויבן געזאָגטן, איז דאָס באַוווּסטע ליד פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן‟. דאָס ליד איז לכתּחילה אָנגעשריבן געוואָרן לויט אַן אײַנלאַדונג אין ווילנער געטאָ, וואָס סוצקעווער האָט באַקומען צו פֿאַרפֿאַסן פֿאַר איינער פֿון די אויפֿטריטן אין געטאָ־טעאַטער. דער אויטענטישער טעקסט פֿון דעם ליד האָט אַבֿרהם סוצקעווער מיר געגעבן אָנהייב די זיבעציקער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. ביז דעמאָלט איז אָט דער טעקטס נישט דערשינען אין דרוק, און אויך שפּעטער זענען אַריבער צענדליקער יאָרן, און דאָס ליד איז געבליבן אין כּתבֿ־יד. דאָס ליד „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן‟ איז געווען זייער באַקאַנט אין געטאָ, אויף אַזוי פֿיל אַז עס האָט זיך אויסגעשטאַלטיקט אויף דעם סמך, אַ ווערסיע געזונגען פֿון פֿאָלק (אַ פֿאָלקסליד), און דערצו האָט סוצקעווער נאָך דער מלחמה באַאַרבעט דעם אָריגינעלן טעקסט זײַנעם און אָפּגעדרוקט נאָך צוויי ווערסיעס.

האָבן מיר שוין אַ קײַמא־לן פֿון פֿיר לידער מיטן נאָמען „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן‟! סוצקעווערס ליד איז אויך באַקאַנט אין מדינת־ישׂראל און אויף דער גאָרער וועלט. מע הערט עס זינגען אין ראַדיאָ אין טעג פֿון דערמאָנונג וועגן אומקום, יאָר־אײַן יאָר־אויס. פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע: וועלכע פֿון די פֿיר ווערסיעס איז די ריכטיקע? די וואָס איז געשריבן געוואָרן טאַקע אין געטאָ, אָדער איינע פֿון די דרײַ אַנדערע? די פֿאָלקסווערסיע פֿון „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן‟ איז אַ באַלערנדיקער מוסטער פֿון אַ ליד געשאַפֿן פֿון אַ גרויסן שרײַבער, געזונגען אין ווילנער געטאָ און אין לאַגערן אין פֿאָלקסמויל, און איבערגעאַנדערשט פֿון פֿאָלק וואָס האָט, זינגענדיק דאָס ליד, עס צוגעפּאַסט צו די השׂגות פֿון דער גערעדטער ייִדישער שפּראַך, אויסמײַדנדיק סוצקעווערס פּאָעטישע שפּראַך — צי ווײַל דאָס פֿאָלק האָט זי נישט פֿאַרשטאַנען, צי ווײַל דאָס פֿאָלק האָט אַנדערש פֿאַרשטאַנען סוצקעווערס טעקסט. אָט די ענדערונגען וואָס דאָס פֿאָלק האָט אַרײַנגעפֿירט אין סוצקעווערס ליד, שפּיגלען נישט אָפּ אַבֿרהם סוצקעווערס אויטענטישע רעאַקציע און גײַסטיקע שטעלונג אויפֿן פֿאָן פֿון לעבן אין ווילנער געטאָ.

נאָך אַבֿרהם סוצקעווערס טויט, דעם 20טן יאַנואַר 2010, איז דערשינען אין אַ ייִדישן זשורנאַל אין ניו־יאָרק אַן אַרטיקל אַנאַליזירנדיק דעם זינען פֿון די ענדערונגען וואָס זענען אַרײַנגעפֿירט געוואָרן אין אַלע דרײַ ווערסיעס, פֿאַרגלײַכנדיק זיי מיטן טעקסט פֿון כּתבֿ־יד געשריבן אין ווילנער געטאָ. [זעט: יחיאל שיינטוך, „אַבֿרהם סוצקעווער און זײַן ליד פֿון ווילנער געטאָ‟, די צוקונפֿט, באַנד 113, פֿרילינג־זומער 2010, זז’ 14 – 19]

ווי געזאָגט, דער אמת איז בילכער ווי דער מיטאָס, ווען אַזאַ אמת איז מעגלעך אויסצוגעפֿינען. אָבער, ווען עס איז נישטאָ קיין מעגלעכקייט צו דערגיין צום אמת, איז דער מיטאָס בילכער. ווײַל דער מיטאָס פֿירט אַרײַן אַ סדר און בויט אויף דעם באַוווּסטזײַן פֿון אַ גאַנצן קיבוץ. דער מיטאָס פֿאַרוואַנדלט זיך אין דעם אמת פֿון אַ פֿאָלק. אַבֿרהם סוצקעווערס שאַפֿונג אין ווילנער געטאָ און ווי אַ פּאַרטיזאַנער וואַרט נאָך אַלץ אויף דעם וואָס וועט זי אַרויסברענגען אויף דער ליכטיקער שײַן, לויט די אויטענטישע כּתבֿ־ידן וואָס דער פּאָעט האָט אָפּגעראַטעוועט פֿון ווילנער געטאָ און פֿון וואַלד. דאָס איז אַן אומבאַקאַנטער קאַפּיטל ביז הײַנט אין אַבֿרהם סוצקעווערס שאַפֿן, אַ פֿעלנדיקער רינג אין זײַן שעפֿערישער גאָלדענער פּאָעטישער קייט.

דרײַ ליטוואַקים, האָב איך גערעדט מיט זיך אַליין און אַ קלער געטאָן, אַלע דרײַ האָבן אונדז איבערגעלאָזט אַ ליטעראַרישע ירושה מיט וועלכער איך האָב זיך באַקענט מיט יאָרן צוריק. אָט די ליטעראַרישע און מענטשלעכע ירושה, האָב איך זיך דערוווּסט, איז ביז הײַנט נאָך נישט דערשאַצט געוואָרן און בלײַבט דערווײַל טיילווײַז אומבאַקאַנט. לאָמיר האָפֿן אַז אין דער צוקונפֿט וועלן זייערע שריפֿטן געלערנט און באַקאַנט ווערן ברבים. די נעמען זייערע זײַנען יאָ באַקאַנט, אָבער דאָס איז נישט גענוג!



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.