ווידעאָ: ליכט־ספּעקטאַקל לעבט אויף אַמאָליקע וואַרשעווער שטאָטשיל

Video: Light Show Portrays Former Great Synagogue in Warsaw

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 08, 2018.

A ceremonial virtual reconstruction of the Great Synagogue Warsaw from Otwarta Rzeczpospolita on Vimeo.

דעם 16טן מײַ 1943 האָבן די דײַטשן אויפֿגעריסן די וואַרשעווער שטאָטשיל ווי זייער לעצטער אַקט בײַם צעשטערן דעם וואַרשעווער געטאָ.

ווי אַ טייל פֿון דער צערעמאָניע אָפּצומערקן 75 יאָר זינט דעם אויפֿשטאַנד האָט אַ גרופּע קינסטלער, בראָש מיט גאַבריעלאַ פֿאָן זעלטמאַן, אָרגאַניזירט אַ ליכט־ספּעקטאַקל דורך וועלכן זיי האָבן, כאָטש אויף אַ פּאָר מינוט, אויפֿגעלעבט די אַמאָליקע שטאָטשיל דורכן פּראָיעקטירן אַ בילד פֿון דער סינאַגאָגע אויפֿן וואָלקנקראַצער, וואָס שטייט דאָרט וווּ עס פֿלעגן דאַוונען דער פּני פֿונעם ייִדישן וואַרשע.

אינעם ספּעקטאַקל האָט מען געשפּילט אַ רעקאָרדירונג, אין וועלכער די פּאָעטעסע אירענע קלעפּפֿיש, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין דער וואַרשעווער געטאָ און וואָס איר טאַטע איז אומגעקומען אינעם אויפֿשטאַנד לייענט פֿאָר אירס אַ ליד, Bashert (באַשערט) סײַ אויף ייִדיש (אין דער איבערזעצונג פֿון ירמיה־אַהרן טאַוב) סײַ אינעם ענגלישן אָריגינאַל. פּאַולאַ סאַוויצקע לייענט פֿאָר דאָס ליד אויף פּויליש.

מע הערט אויך אינעם ספּעקטאַקל אַ רעקאָרדירונג, אין וועלכער דער גרויסער חזן גרשון דאַוונט אויף אַ קול. סיראָטע, וואָס איז אַמאָל אויפֿגעטראָטן סײַ אין די שטאָטשילן פֿון ווילנע און וואַרשע, סײַ אין „קאַרנעגי־האָל,‟ איז אומגעקומען קעמפֿנדיק אינעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד צו 69 יאָר.