צי זענען תּעניתים ייִדישלעך?

Is Fasting Jewish?


ייּדן פּראַווען יום־כּיפּור, מאָריץ גאָטליב, 1878
Wikimedia
ייּדן פּראַווען יום־כּיפּור, מאָריץ גאָטליב, 1878

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 11, 2018.

עטלעכע מוסולמענישע באַקאַנטע מײַנע וועלכע פֿאַסטן די טעג לכּבֿוד ראַמאַדאַן (ער פֿאַרענדיקט זיך דעם 15טן יוני) האָבן בײַ מיר לעצטנס צוריק געפֿרעגט: ווי אַזוי באַציִען זיך די ייִדן צום ענין פֿון תּעניתים? בײַ די מוסולמענער פֿאַסט מען במשך פֿונעם גאַנצן טאָג, פֿונעם קאַיאָר ביזן אָוונט. צום באַדויערן, טרעפֿן זיך נישט ווייניק ייִדן, וואָס ווייסן ווייניק וועגן די ייִדישע טראַדיציעס אין דער דאָזיקער ספֿערע. נישט איינמאָל האָב איך שוין געהערט פֿון עמי־הארצים, אַז אַחוץ יום־כּיפּור און תּישעה־באָבֿ איז עס „נישט קיין ייִדישע זאַך‟.

די וואָך, דאָנערשטיק, הייבט זיך אָן דער חודש תּמוז, אַסאָציִיִרט מיטן קומענדיקן פּעריאָד פֿון טרויער און תּעניתים, וואָס דערגרייכט זײַן קולמינאַציע תּישעה־באָבֿ. דעם 17טן תּמוז האָט די רוימישע אַרמיי דורכגעבראָכן די מויערן פֿון ירושלים. אַן ענלעכער אַטאַק האָט אויסגעבראָכן מיט הונדערטער יאָר פֿריִער, דעם 9טן תּמוז, ווען נבֿוכדנצר האָט זיך אַרײַנגעריסן אין דער שטאָט. די חז״ל גיבן איבער, אַז פֿאַרן חורבן פֿונעם צווייטן בית־המיקדש פֿלעגן ייִדן פֿאַסטן דעם דאָזיקן טאָג, פּונקט אַ חודש פֿאַר תּישעה־באָבֿ. דער תּלמוד־ירושלמי ברענגט אָבער אַן אַנדער דעה, לויט וועלכער די בבֿלים האָבן דורכגעבראָכן די שטאָטישע מויערן אויך דעם 17טן, י״ז בתּמוז, אָבער צוליב די צרות האָבן ייִדן דעמאָלט פֿאַרגעסן די ריכטיקע דאַטע און באַשלאָסן צו פֿאַסטן מיט אַכט טעג פֿריִער.

אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט זענען די תּעניתים נישט אַזוי פֿאַרשפּרייט. די מענער פֿאַסטן זעקס מאָל אַ יאָר: צום־גדליה, עשׂרה בטבֿת, תּענית־אסתּר, שיבֿעה־עשׂר־בתּמוז, תּישעה־באָבֿ און, פֿאַרשטייט זיך, יום־כּיפּור — דער איינציקער תּענית מדאורייתא, ווען דאָס פֿאַסטן איז פּונקט אַזוי וויכטיק, ווי שמירת־שבת. אין אַ סך הײַנטיקע קהילות, אַרײַנגערעכנט די שטרענגסטע חסידישע גרופּעס, פֿאַסטן פֿרויען בלויז יום־כּיפּור און תּישעה־באָבֿ. כּדי צו פֿאַרהעכערן דעם שאַנס פֿון שוואַנגערן און נישט צו ברענגען קיין היזק די טראָגעדיקע פֿרויען, ווי אויך כּדי די מאַמעס זאָלן האָבן גענוג מילך אָן אַ הפֿסק, פּסקענען אַ סך חסידישע רבנים, אַז די תּעניתים זענען בכלל נישט קיין ווײַבערישע זאַך.

אין פּרינציפּ, מוז אַ בכור פֿאַסטן דעם תּענית־בכורות ערבֿ־פּסח. אין דער וועלט איז אָבער ברייט פֿאַרשפּרייט די עצה צו אָרגאַניזירן נאָכן שחרית אַ סעודת־מיצווה אין שיל — אָפֿט מאָל אַ סיום פֿון אַ גמרא־מסכתּא. אַלע באַטייליקטע אין דער סעודה מעגן עסן און ממילא מוזן דערנאָך נישט פֿאַסטן.

אין דער גמרא דיסקוטירן די אמוראָים, צי עס בלײַבט נאָך אַקטועל די מגילת־תּענית — אַן אוראַלטער ספֿר, וווּ עס ווערן איבערגעציילט אַ גאַנצע ריי טעג, ווען ס׳איז נישט כּדאַי אָדער בפֿירוש אַז מע טאָר נישט פֿאַסטן. להלכה, פּסקנט מען, אַז די ליסטע איז בטל געוואָרן נאָכן חורבן־בית־המיקדש. די מגילת־תּענית שטעלט מיט זיך פֿאָר גאָר אַן אינטערעסאַנטן קורצן טעקסט, אַ זעלטענעם ליטעראַרישן דענקמאָל פֿון 2,000 יאָר צוריק, גאָר באַלערנדיק פֿון דער היסטאָרישער, לינגוויסטישער און טעאָלאָגישער פּערספּעקטיוו. עס געהערט צו דער זעלבער תּקופֿה, ווי די מגילת־ים־המלח, יוסף פֿלאַוויוס און פֿילאָן פֿון אַלעקסאַנדריע, באַקאַנט אין די לשון־קודשדיקע קוואַלן פֿון יוסף בן גוריון און ידידיה היהודי. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער הײַנטיקער צום־גדליה און דער תּענית־אסתּר ווערן אין דער דאָזיקער מגילה דערמאָנט צווישן די שׂימחה־טעג, ווען צוליב געוויסע פֿריילעכע היסטאָרישע געשעענישן פֿלעגט מען דווקא נישט פֿאַסטן.

אין מיטל־עלטער האָט זיך בײַ ייִדן אַנטוויקלט אַ טראַדיציע צו פֿאַסטן גאַנץ אָפֿט. אַ טייל אַזעלכע טעג זענען פֿאַקטיש אָנגענומען געוואָרן אין אַ טייל קהילות ווי אַ תּענית־ציבור — אַלגעמיינע פֿאַסטטעג פֿאַר אַלעמען. צוליב דעם, געפֿינען זיך אין די הײַנטיקע סידורים ספּעציעלע סליחות פֿאַר די, וואָס פֿאַסטן מאָנטיק און דאָנערשטיק, ווי אויך דער יום־כּיפּור־קטן, דער „קליינער יום־כּיפּור‟ ערבֿ יעדן ראָש־חודש, אַחוץ מרחשוון, טבֿת, אייר און תּשרי. אַ סך ייִדן האָבן יאָ געפֿאַסט ערבֿ ראָש־השנה, אָבער געזאָגט דעם דאָזיקן טאָג די געוויינטלעכע אלולדיקע סליחות.

אין די ספֿרדישע און מיטל־מיזרחדיקע עדות איז געווען פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו פֿאַסטן דעם גאַנצן חודש אלול און די עשׂרת־ימי־תּשובֿה, אַחוץ דעם ראָש־חודש, שבת און, מעגלעך, ערבֿ־שבת; לגבי פֿרײַטיק זענען פֿאַראַן היפּוכדיקע דעות. איבעריק צו זאָגן, אַז ערבֿ יום־כּיפּור איז דווקא אַ גרויסע מיצווה זיך אָנצוזעטיקן. צווישן די הײַנטיקע ספֿרדים טרעפֿן זיך נישט ווייניק יחידים, וואָס קלײַבן אויס לכל־הפּחות עטלעכע אלול־טעג פֿאַר פּערזענלעכע תּעניתים. מיט הונדערטער יאָר צוריק פֿלעגן אַ ממשותדיקע צאָל גאָר פֿרומע ייִדן קאָמבינירן ביידע שיטות; באַקומט זיך, אַז בסך־הכּל האָבן זיי געפֿאַסט כּמעט יעדן דריטן טאָג אַ יאָר. הײַנט טרעפֿט זיך אָבער אַזאַ שווערער דרך־עבֿודה זייער זעלטן.

אין דער הײַנטיקער חרדישער וועלט איז נאָך אַלץ גענוג באַקאַנט דער מינהג צו פֿאַסטן די אַזוי־גערופֿענע בה״ב־טעג; די דאָזיקע אַברעוויאַטור באַצייכנט די ציפֿערן 2,5,2 און מיינט דעם צווייטן, פֿינפֿטן און ווידער דעם צווייטן טאָג פֿון דער וואָך, נעמלעך מאָנטיק־דאָנערשטיק־מאָנטיק. לויט אַזאַ סכעמע, פֿאַסט מען דרײַ מאָל בײַם אָנהייב פֿונעם חודש מרחשוון, נאָך די האַרבסטיקע יום־טובֿים, און אין די ערשטע צוויי וואָכן פֿון אייר, כּדי זיך „אויסצוניכטערן‟ נאָך דער פּסחדיקער שׂימחה. אַחוץ דעם, ברענגען די מקובלים מיסטישע סיבות דערפֿאַר.

דער מינהג ווערט שוין דערמאָנט אין דער „מסכת סופֿרים‟, אָנגעשריבן אינעם 8טן יאָרהונדערט. שפּעטער האָט ער זיך פֿאַרשפּרייט אין פֿראַנקרײַך און פֿון דאָרטן — אין אַלע אַשכּנזישע לענדער. מאָנטיק און דאָנערשטיק ווערן פֿאַררעכנט ווי ימי־רצון, ווען תּפֿילות זענען באַזונדערס מסוגל, אָדער דווקא ווי שווערע טעג. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין דער קריסטלעכער אייראָפּע האָט מאָנטיק אויך אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ נישט־מזלדיקן טאָג.

ס׳איז אויך באַקאַנט דער מינהג צו פֿאַסטן יעדן מאָנטיק, דאָנערשטיק און בכלל וויפֿל מען קען במשך פֿון די „שובֿבי״ם תּ״ת‟ – ראָשי־תּיבֿות פֿון אַלע פּרשיות פֿון „שמות‟ ביז „תּצוה‟, דהײַנו פֿון נאָך חנוכּה ביזן חודש אָדר. על־פּי קבלה, זענען די דאָזיקע וואָכן באַזונדערס מסוגל ווי אַ תּיקון פֿאַר עבֿירות.

וואָס שייך פֿרײַטיק, שרײַבט רבי יוסף קאַרו, דער מחבר פֿונעם „שולחן ערוך‟, אַז ירא־שמימדיקע ייִדן פֿאַסטן ערבֿ־שבת. אין די אַשכּנזישע קהילות האַלט מען אָבער, געוויינטלעך, פֿאַרקערט: אַזוי ווי די סטאַנדאַרטע תּעניתים, ווען זיי פֿאַלן אויס ערבֿ־שבת, ווערן נדחה ביז זונטיק, טאָר מען נישט פֿאַסטן פֿרײַטיק צוליב פּערזענלעכע כּוונות.

אַ סך באַרימטע חסידישע צדיקים און אַנדערע דערהויבענע יחידים האָבן כּמעט זייער גאַנץ לעבן זיך אָפּגעגעבן מיט פֿאַסטן, און דערצו געפּראַוועט צוויי טעג יום־כּיפּור נאָכאַנאַנד. שטעלט זיך פֿאָר, אָן קיין עסן און טרינקען במשך פֿון מער ווי 48 שעה! אַזעלכע עקסטרעם אַסקעטישע דרכים זענען, פֿאַרשטייט זיך, נישט פֿאַר אַלעמען. די חסידישע רביים רעקאָמענדירן בכלל נישט דעם עולם זיך צו פֿאַרנעמען מיט שטרענגע אַסקעטישע מעשׂים, כּדי נישט אַרײַנצופֿאַלן אין מרה־שחורה. דער בעל־שם־טובֿ האָט באַטאָנט, אַז צו דינען דעם אייבערשטן בשׂימחה איז בעסער, ווי תּעניתים.

אַחוץ די עכטע פֿאַסטטעג פֿון גאַנץ פֿרי ביז בײַ נאַכט זענען אין דער ייִדישער טראַדיציע באַקאַנט אַ צאָל אַנדערע פּערזענלעכע תּיקונים: צו פֿאַסטן אַ חצי־תּענית ביז נאָכמיטאָג, נישט צו עסן קיין פֿליישיקע מאכלים במשך פֿון די וואָכן־טעג, ווי אויך דער אַזוי־גערופֿענער תּענית־דיבור, באַזונדערס פּאָפּולער אין די ישיבֿה־סבֿיבֿות מיט אַ ליטווישן טעם: פֿאַרברענגען אַ גאַנצן טאָג בײַם דאַוונען און תּורה־לערנען, אָן קיין שום וואָרט וועגן זײַטיקע זאַכן. אַזעלכע ענינים ווערן אָפֿט דערמאָנט אין ספּעציפֿישע קבלה־ און מוסר־ספֿרים, וווּ עס ווערן פֿאָרגעשריבן כּלערליי תּיקונים, צומאָל שווערע און אַפֿילו פּײַנלעכע, וואָס העלפֿן דעם בעל־תּשובֿה זיך אָפּצורייניקן פֿון עבֿירה־פֿלעקן, אָדער צו ווערן אַ בעל־מדרגה און דערגרייכן מיסטישע השׂגות.

איז כּדאי אויפֿצולעבן אַזאַ לעבנס־שטייגער, מיט סיגופֿים און אָפֿטע תּעניתים? מסתּמא נישט. ווי דער בעל־שם־טובֿ האָט ריכטיק באַמערקט, קאָן מען מיט שׂימחה אויספּועלן מער און בעסער דינען דעם רבונו־של־עולם. ס׳איז אָבער כּדאַי זיך בעסער צו באַקענען מיט אונדזערע אַלטע אַסקעטישע טראַדיציעס, כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי אַ טייל ייִדן האָבן אַמאָל געלעבט אין מיזרח־אייראָפּע און אַנדערע ראַיאָנען פֿון דער וועלט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.