ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

Yiddishpiel

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 11, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער וואַרשעווער זינגער־פֿעסטיוואַל שטייט כּמעט בײַ דער טיר. דער פֿעסטיוואַל האָט דאָס רובֿ צו טאָן מיט מוזיק און געזאַנג.

וואָס שײך טעאַטער בכלל און טעאַטער אין דער ייִדישער שפּראַך בפֿרט, זע איך בראש פֿונעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל־רעפּערטואַר אַ ספּעקטאַקל פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער „ייִדישפּיל‟־טעאַטער. דער ספּעקטאַקל הייסט „נאָר נאַראָנים זענען טרויעריק‟.

צוליב אײַך, מײַנע ליבע לייענערס און צוהערערס, האָב איך געזוכט מער פּרטים וועגן דער דאָזיקער פּיעסע. ס’טײַטש, איך בין, גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אַ שטיקל קענער פֿון דער ייִדישער דראַמאַטורגיע און איך האָב קיין מאָל נישט געהערט פֿון אָט דער פּיעסע.

איז אַזוי. אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם טעאַטער הייסט די נײַע פּיעסע „איש חסיד היה‟. „איש חסיד היה‟ איז געווען אַ שלאַגער אין ישׂראל פּונקט מיט פֿופֿציק יאָר צוריק. „איש חסיד היה‟ מיינט „אַ מאָל איז געווען אַ חסיד‟. דער ספּעקטאַקל איז געווען אַ שעטנז פֿון מעשׂיות וועגן צדיקים צוזאַמענגעפֿלאָכטן מיט ייִדישע לידער, לאַוו דווקא חסידישע, אַלץ אין העברעיִשער איבערזעצונג. צוזאַמענגעשטעלט דעם אָוונט האָט דער דעמאָלט נאָך יונגער ליטעראַטור־פֿאָרשער און שאַפֿער, דן אלמגור, וואָס זאָגט אַליין אַז ער קען נישט קיין וואָרט ייִדיש.

נאָך דעם ניסימדיקן ישׂראל־זיג אין 1967 האָט די באַציִונג אין ישׂראל זיך געביטן צו דער ייִדישער טראַדיציע און אַפֿילו צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. דער גרויסער ייִדישער פּאָעט, יעקבֿ גלאַטשטײן, האָט געזאָגט אַ שטיקל נבֿיאות אין אַן אַרטיקל אין יוני 1967, ממש עטלעכע טעג נאָכן קריג: אויב די צאַברעס אין דער ייִדישער מדינה וועלן נאָך אַזעלכע געשעענישן נישט ווערן טיף רעליגיעז, וועט עס זײַן די גרעסטע איבערראַשונג. זייער אייגענע העלדישקײט, סטראַטעגיע, קלוגשאַפֿט און מסירת־נפֿש זענען נאָך אַלץ נישט גענוג צו דערקלערן דעם גרעסטן וווּנדער אין דער מיליטערישער וועלט־געשיכטע.

די מלחמה האָט טאַקע געעפֿנט די אויגן בײַ אַ סך ישׂראלים. זיי האָבן פּלוצעם געכאַפּט אַז זיי זענען נישט קיין פֿרישע, נײַע נאַציע, געשאַפֿן יש מאַין, נאָר אַ המשך פֿונעם אַלטן ייִדישן פֿאָלק, אַ פֿאָלק וואָס זיין קיום איז באַדראָט פֿון דור דורות.

די פּרעמיערע פֿון „איש חסיד היה‟ איז פֿאָרגעקומען אין העוגן, אַ לינקער קיבוץ וווּ ייִדיש און ייִדישקייט זענען געווען נישט בנמצא. פֿון דעסט וועגן האָט דער סופֿיט ממש געציטערט פֿון די אַפּלאָדיסמענטן. קיינער האָט זיך נישט געריכט אויף אַזאַ דערפֿאָלג.

איצט האָט „ייִדישפּיל‟ געהאַט דעם אײַנפֿאַל צו זינגען די ייִדישע לידער אין זייער מקור. די ישׂראלים ווייסן עס אפֿשר נישט אָבער מיר ווייסן זייער גוט אַז „שיר היין‟, דהיינו דאָס ווײַנליד, האָט נישט צו טאָן מיט קיין שום ווײַן, נאָר מיט בראָנפֿן. סע גייט אַ רייד וועגן דעם פּאָפּולערן ייִדישן ליד „די משקה‟ און נאָך און נאָך ענלעכע לידער. „ייִדישפּיל‟ איז געקומען צום ריכטיקן אויספֿיר אַז אויב חסידישע מעשׂיות, ניגונים אָדער סתּם ייִדישע לידער געפֿעלן אַזוי שטאַרק אין איבערזעצונג, קענען זיי מסתּמא אויך געפֿעלן אין זייער אָריגינעלן לבֿוש.

צום סוף — אַ טרויעריקע באַמערקונג. דער ייִדישער טעאַטער שפּילט הײַנטיקע פּיעסעס איבערגעזעצט פֿון אַנדערע שפּראַכן. אַפֿילו אַ ספּעקטאַקל באַזירט אויף ייִדישע מקורים קומען צום איצטיקן ייִדישן טעאַטער פֿון דער ענגלישער, פּוילישער אָדער העברעיִשער בינע. פֿאַר וואָס? ווײַל אין די לעצטע זיבעציק יאָר האָט דער ייִדישער טעאַטער, אויף ביידע זײַטן ים, נישט געשאַפֿן קיין אייגענעם רעפּערטואַר. די סיבה: אינעם ייִדישן טעאַטער זענען ייִדיש–שפּראַכיקע דראַמאטורגן מיט בלאָטע גלײַך. אין אונדזער טעאַטער־וועלטעלע זענען דראַמאַטורגן דאָס „אונטערשטע פֿון שטײַסל‟. פֿון דעסטוועגן, קענען זיי — און נאָר זיי — שאַפֿן אַ נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר. הלוואַי, כּן יהי רצון.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.