נײַער נומער „זשורנאַל פֿון ייִדישע שפּראַכן‟ געווידמעט חסידיש־ייִדיש

New Issue of Journal of Jewish Languages Dedicated to Hasidic Yiddish

Michael Nagle/Getty

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 11, 2018.

ס׳איז שוין פֿון לאַנג אַ בולטער פּאַראַדאָקס אין דער וועלט פֿון ייִדיש, וואָס די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור פֿאָקוסירן זיך כּמעט אין גאַנצן ניט אויף די דיאַלעקטן, וואָס עס רעדן הײַנט די גרויסע מערהייט ייִדיש־רעדנדיקע, דאָס הייסט די חסידים אין אַמעריקע, ישׂראל, בעלגיע, קאַנאַדע און ענגלאַנד.

דער דאָזיקער מצבֿ, אין וועלכן די פֿאָרשער פֿון אַ שפּראַך האָבן ווייניק קאָנטקאַט מיט ס׳רובֿ מענטשן, וואָס רעדן זי אין זייער טאָגטעגלעכן לעבן, ווערט באַטראַכט און קריטיקירט ווי „שאָוויניזם‟ אין חיה־רחל נאָוועס אַרטיקל „די אויסמעקונג פֿונעם חסידישן ייִדיש אין דער ייִדיש־לינגוויסטיק פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.‟ דער אַרטיקל ווערט פֿאַרעפֿנטלעכט ווי אַ טייל פֿון אַ ספּעציעלן נומער פֿונעם „זשורנאַל פֿון ייִדישע שפּראַכן,‟ וואָס דינט ווי אַן אָפּזאָג צום איגנאָרירן דעם חסידישן ייִדיש אין דער אַקאַדעמישער אַרענע.

דער נײַער נומער, רעדאַקטירט פֿון ד׳׳ר דלית אסולין (אַלגעמיינע רעדאַקטאָרן: ד׳׳ר שׂרה בונין־בענאָר און עפֿרה תּירוש־בקר) איז אין גאַנצן געווידמעט דעם הײַנטצײַטיקן אַמעריקאַנער חסידישן ייִדיש. אין זײַן אַרטיקל „ווי ייִדישלעך איז דער חרדישער סאַטמאַרער ייִדיש,‟ באַטראַכט ד׳׳ר סטעפֿאַן קראָג ווי אַזוי די שפּראַך, וואָס עס רעדן הײַנט די סאַטמאַרער חסידים אין אַמעריקע, שיידט זיך אונטער (און דווקא ווי עס שיידט זיך ניט אונטער) פֿונעם ייִדיש, וואָס מע האָט אַמאָל גערעדט אינעם שטעטל סאַטמאַר — צום גרעסטן טייל, צוליב דער השפּעה פֿון ענגליש.

פּיטשעווקעס פֿון דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע ווערן אויך באַהאַנדלט אין בנימין צדוקס און ד׳׳ר חנה מאַזאָרס אַרטיקל „דער באָבאָווער ייִדיש: ׳פּויליש׳ אָדער ׳אונגעריש׳,‟ וואָס אַנאַליזירט דעם אופֿן ווי אַזוי דאָס פּויליש־ייִדיש פֿון די באָבאָווער חסידים אין ברוקלין ווערט וואָס אַמאָל ענלעכער צום סאַטמאַרער ייִדיש.

ברייטערע פֿראַגעס פֿון דעם ווי אַזוי חסידים פֿאַרשטיין ייִדיש און באַציִען זיך צו איר ווערן באַטראַכט אין צוויי אַנדערע אַרטיקלען. אין „ענגליש קען זײַן אַ ייִדישע שפּראַך אָבער עבֿרית נישט — ווי אַזוי די חסידישע פֿרויען פֿירן זיך אַריבער פֿון איין שפּראַך אויף אַ צווייטער‟ באַטראַכט ד׳׳ר דלית אסולין דעם אופֿן ווי אַזוי צוויישפּראַכיקע חסידישע פֿרויען פֿאַרשטייען ייִדיש, ענגליש און העברעיִש ווי אַ טייל פֿון זייער אידענטיטעט און ווי אַזוי דאָס ווירקט אויף די שפּראַכן וואָס זיי נוצן אין פֿאַרשידענע סיטואַציעס. אין דזשאָרדין קוציקס אַרטיקל „די ייִדיש־שפּראַכיקע פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן פֿון אַמעריקאַנער חסידים: אַ סאָציאָלאָגישע און סאָציאָ־לינגוויסטישע איבערזיכט פֿון 50 יאָר נאָך־מלחמדיקער פֿאַרלעגערײַ,‟ שילדערט דער מחבר ווי אַזוי די ניו־יאָרקער חסידים האָבן אויסגעדריקט זייער בײַטנדיקע באַציִונג צו מאַמע־לשון דורך ענדערונגען אין די לערנביכער, וואָס מע האָט גענוצט אין די חסידישע מיידלשולן.

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם נײַעם נומער „זשורנאַל פֿון ייִדישע שפּראַכן,‟ באַזוכט: //booksandjournals.brillonline.com/content/journals/22134638/6/1.