נײַ בוך וועגן געשיכטע פֿון חסידות ברענגט פֿרישן קוקווינקל

New Book On History of Hasidism Brings Fresh Perspective

Princeton University Press

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 15, 2018.
Hasidism: A New History
David Biale, David Assaf, Benjamin Brown, Uriel Gellman, Samuel Heilman, Moshe Rosman, Gadi Sagiv, and Marcin Wodzinski

Princeton University Press, 2018
Princeton University Press

ייִדישע היסטאָריקער האָבן ביז איצט געהאַט ביז גאָר פֿאַרשידענע אָפּשאַצונגען פֿון חסידות. הײנריך (צבֿי הירש) גרעץ האָט אין זײַן אַרומנעמיקער דײַטשער געשיכטע פֿון ייִדן מבֿטל געװען חסידות װי אַ פֿאַלש גלױבעניש, װאָס איז אַפֿילו ניט כּדאי ערנסט אַרומצורעדן, װײַל עס האָט אַ קנאַפּע שײַכות מיט דער עכטער ייִדישקײט. דער ערשטער היסטאָריקער װאָס האָט יאָ אָנערקענט דאָס װערט און חשיבֿות פֿון חסידות איז געװען שמעון דובנאָװ אין רוסלאַנד. אין די 1880ער יאָרן האָט ער זיך אונטערגענומען צו זאַמלען מקורים װעגן דער חסידישער געשיכטע און פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע פֿאָרשונגען לכתּחילה אױף רוסיש און דערנאָך אױף העברעיִש און ייִדיש.

דובנאָװ האָט באַטראַכט חסידות װי אַ מין סאָציאַלער פּראָטעסט פֿון דעם ייִדישן עמך קעגן דער רבנישער עליט אין דער צײַט, װען דער גאַנצער מיזרח־אײראָפּעיִשער ייִדנטום האָט איבערגעלעבט אַ גײַסטיקן און געזעלשאַפֿטלעכן קריזיס נאָך דער מפּלה פֿון שבתי צבֿי. ער האָט פּאָזיטיװ אָפּגעשאַצט די ראָלע פֿון דעם בעל־שם־טובֿ און זײַנע תּלמידים. נאָך זײ, לױט זײַן דעה, איז אין גיכן געקומען אַ גײַסטיקע ירידה. די חסידישע טראַדיציע, בפֿרט די מעשׂיות װעגן די ערשטע חסידישע דורות, זײַנען געװען פּאָפּולער צװישן די דײַטשישע, ייִדישע און העברעיִשע מחברים אינעם אָנהײב פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, אַזעלכע װי מאַרטין בובער, י. ל. פּרץ און מיכה יוסף בערדיטשעװסקי. שפּעטער האָט דער דײַטשישער און ישׂראלדיקער היסטאָריקער גרשום שלום ספּעציעל באַטאָנט די קבליסטישע װאָרצלען פֿון חסידות.

די מחברים פֿון דער נײַער קאָלעקטיװער מאָנאָגראַפֿיע „חסידות: אַ נײַע געשיכטע‟, קומען פֿון אַמעריקע, ישׂראל און פּױלן און זײַנען װעלט־באַקאַנטע מומחים אױף דער סאָציאַלער, קולטורעלע, און גײַסטיקער געשיכטע פֿון ייִדן. זײער צוגאַנג צו דעם ענין איז גאַנץ אַנדערש פֿון זײערע פֿירגײער. ערשטן, זאָגן זײ, האָט דער אױפֿקום פֿון חסידות גאָר ניט געהאַט צו טאָן מיט װאָסער ניט איז קריזיס אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. להיפּוך, איז חסידות געװען אַ פּועל־יוצא פֿון אַ מאָדערנער געזעלשאַפֿטלעכער אַנטװיקלונג. דער בעש”ט און זײַנע תּלמידים זײַנען ניט געװען קײנע רעװאָלוציאָנערן, װאָסער ציל איז געװען צו באַקעמפֿן די שליטה פֿון דער אַלטער רבנישער עליט. נאָך מער אַפֿילו, דער בעל־שם־טובֿ איז אַפֿילו ניט געװען דער גרינדער פֿון חסידות, װײַל געװיסע חסידישע חבֿרות האָבן געהאַט עקזיסטירט נאָר פֿאַר אים. אַלײן האָט ער פֿאַרנומען אַ חשובֿע שטעלע אין דער אַלטער ייִדישער קהילה פֿון מעזשביזש.

איז װאָס זשע איז דער חידוש פֿון חסידות לױט אָט דעם נײַעם קוק? חסידות איז געװען אַן אָפּרוף פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אױף דער מאָדערנער תּקופֿה, אַ נײַער אופֿן זיך צוצופּאַסן צו די פּאָליטישע און סאָציאַלע ענדערונגען, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אַרום זײ. אַזױ אַרום, טענהן די מחברים, דאַרף מען באַטראַכטן חסידות ניט װי אַ קאָנסערװאַטיװע באַװעגונג, נאָר װי אַ מאָדערנע און שעפֿערישע. זײ שטיצן זײער אַרגומענט מיט אַ פּרטימדיקער פֿאַקטישער שילדערונג פֿון פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער חסידישער תּורה, מנהגים און אָרגאַניזאַציע.

די ערשטע צװײ טײלן פֿונעם בוך באַהאַנדלען דעם אױפֿקום פֿון חסידות אינעם אַכצנטן יאָרהונדערט, װען עס האָבן זיך אױסגעפֿורעמט די װיכטיקסטע שיטות אין דער חסידישער באַװעגונג און מען האָט אױסגעאַרבעט די עיקרדיקע השׂגות מכּוח דער ספּעציעלער ראָלע פֿונעם צדיק און זײַנע באַציִונגען מיט זײַנע חסידים. זײ דערקלערן, װי אַזױ די חסידים האָבן צוגעפּאַסט די קבלה פֿון ספֿר הזוהר און די תּורה פֿון ר’ יצחק לוריא צו די אײגענע באַדערפֿענישן, געמאַכט זײ מער צוטריטלעך פֿאַרן ברײטן עולם און געשאַפֿן אױף זײער סמך נײַע מנהגים. להיפּוך צו די פֿריִערדיקע היסטאָריקער פֿון חסידות ווערט דאָ ווייניק דערמאָנט די מחלוקות צװישן חסידים און מתנגדים אינעם אַכצנטן יאָרהונדערט.

דובנאָװ און בובער האָבן געהאַלטן, אַז די „גאָלדענע תּקופֿה‟ איז געקומען צום סוף װען חסידות איז געװאָרן אַ מאַסן־באַװעגונג און האָט זיך פֿאַרשפּרײט איבער פּױלן און גאַליציע אינעם נײַצנטן יאָרהונדערט. די נײַע געשיכטע האַלט להיפּוך, אַז דװקא דעמאָלט האָט זיך אָנגעהױבן דער עכטער אױפֿבלי פֿון חסידות. אין משך פֿון די הונדערט יאָר צװישן דער מפּלה פֿון נאַפּאָלעאָן אין 1815 און דעם אױסבראָך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה אין 1914 איז מיזרח־אײראָפּע געװען צעטײלט צװישן צװײ אימפּעריעס, רוסלאַנד און עסטרײַך־אונגאַרן. בײדע מלוכות האָבן געפֿירט אַ קאָנסערװאַטיװע פּאָליטיק, און דאָס האָט געשאַפֿן גינסטיקע באַדינגונגען פֿאַר חסידות. דװקא די מלוכה, האַלטן די מחברים, „איז געװען דער עיקרדיקער פֿאַקטאָר אין אונטערשטיצן די פֿאַרשפּרײטונג פֿון חסידות‟. בײדע אימפּעריעס האָבן אָפּגעשאַפֿן דעם קהל, די אַלטע פֿאַרװאַלטונג פֿון דער ייִדישע קהילה און חסידישע הױפֿן האָבן פֿאַרנומען זייער אָרט. אַװדאי איז דאָס שטאַרקן פֿון חסידישע הױפֿן ניט געװען קײן ציל פֿון דער רוסישער אָדער עסטרײַכישער פּאָליטיק, אָבער למעשׂה האָט די דאָזיקע פּאָליטיק געשטיצט די שליטה פֿון די צדיקים איבער די ייִדישע קהילות.

דער דריטער טײל פֿונעם בוך באַהאַנדלט די גילגולים פֿון חסידות נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה ביזן נײַעם אױפֿבלי נאָכן חורבן. בלױז פֿינף שיטות האָבן פֿאַרמאָגט אַ היפּשע צאָל חסידים, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן: בעלז, באָבאָװ, סאַטמאַר, גער און חב”ד. אַ װיכטיקע ראָלע אינעם אױפֿלעב פֿון חסידות האָט געשפּילט דװקא דאָס, װאָס איצט שטעלט עס זיך פֿאָר װי דער אײנציקער עכטער המשך פֿון ייִדישקײט פֿון דער אַלטער הײם, װאָס איז מער ניטאָ. אָבער דאָס חסידישע לעבן הײַנט איז ביז גאָר אַנדערש פֿון אַ מאָל. אין אַמעריקע און ישׂראל לעבן די אימיגראַנטישע חסידישע קהילות צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע בשכנות אײנע מיט דער אַנדערער. אין ברוקלין, ירושלים און בני־ברק געפֿינען זײ זיך אין דער סאַמע מיט פֿון דער מאָדערנער װעלטלעכער געזעלשאַפֿט. דאָס האָט שטאַרק משפּיע געװען אױף זײער שטײגער און תּורה. דער חסידישער אױפֿבלי אין די 1970ער יאָרן, האַלטן די מחברים, איז געװען אַ טײל פֿונעם ברײטערן פּראָצעס פֿונעם אױפֿלעב פֿון פֿונדאַמענטאַליסטישע שיטות אין פֿאַרשידענע רעליגיעס — קריסטנטום, איסלאַם און הינדויִזם. אַזױ אַרום, פֿאַרסך־הכּלט די „נײַע געשיכטע‟, איז חסידות פֿון תּמיד אָן געװען אַ מאָדערנע באַװעגונג װאָס האָט זיך צוגעפּאַסט צו דער אַרומיקער סבֿיבֿה און זיך געענדערט מיט דער צײַט, כאָטש חסידים אַלײן האַלטן זיך פֿאַר געטרײַע היטער פֿון דער אוראַלטער ייִדישקײט.