„טבֿיה: די עכטע סחורה‟ — נײַער ייִדישער ספּעקטאַקל

"Tevye Served Raw" - A New Yiddish Show

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published June 15, 2018.

די וואָס האָבן סײַ געלייענט די מעשׂיות פֿון שלום־עליכם וועגן „טבֿיה דער מילכיקער,‟ סײַ געזען דעם בראָדוויי־מיוזיקל „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ ווייסן, אַז דער גורל פֿון טבֿיה און זײַנע נאָענטע וואָס שפּילט זיך אָפּ אויף דער בינע איז זייער אַנדערש פֿון דעם וואָס עס קומט פֿאָר אין די אָריגינעלע דערציילונגען. די אָנהענגער פֿון שלום־עליכם האַלטן, אַז כאָטש „פֿילדער אויפֿן דאַך‟ האָט צום טייל ווידער פּאָפּולאַריזירט שלום־עליכמס ווערק בײַ די אַמעריקאַנער, האָט דער מיוזיקל אויך געגעבן דעם ברייטן עולם אַ פֿאַרוואַרסערטן פֿאַרשטאַנד פֿון אַ פֿיל־זײַטיקן מחבר.

די נײַע פּראָדוקציע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף ייִדיש שטעלט פֿאָר אַ מער ייִדישלעכן נוסח פֿונעם ענגלישן מיוזיקל, Fiddler On the Roof. פֿאַר די וואָס ווילן זיך באַקענען מיט די אָריגינעלע טבֿיה־מעשׂיות אויף מאַמע־לשון, שטעלט דער „ייִדישער קולטור־קאָנגרעס‟ פֿאָר אַ פּאָפּורי פֿון סקיצן, סצענעס און מעשׂיות פֿון שלום־עליכם, וואָס מע האָט נישט אַרײַנגענומען אין „פֿידלער אויפֿן דאַך.‟ אין דער פּראָגראַם Tevye Served Raw (טבֿיה: די עכטע סחורה), וועלן יעלענע שמואלענסאָן, אַלען לויִס־ריקמאַן און שיין בייקער אויפֿטרעטן מיט סצענעס פֿון די דערציילונגען וועגן טבֿיה דער מילכיקער אויף ייִדיש, ווי אויך סצענעס פֿון דער כּמעט־פֿאַרגעסענער פּיעסע, וואָס שלום־עליכם האָט אַליין אָנגעשריבן אויפֿן סמך פֿון זײַנע טבֿיה־מעשׂיות. אַחוץ די סצענעס וועגן טבֿיהן וועלן די אַקטיאָרן אויך פֿאָרשטעלן אַנדערע שטיקלעך פֿון שלום־עליכם, אַרײַנגערעכנט אַן אַדאַפּטאַציע פֿון די פּיקאַנטע קללות, וואָס ער האָט געהערט פֿון זײַן שטיפֿמאַמען.

די פּראָגראַם, וואָס איז רעזשיסירט, איבערגעזעצט און צוזאַמענגעשטעלט דורך אַלען־לויִס ריקמאַן, איז שוין פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אין קיִעוו, לאָס־אַנדזשעלעס און טאָראָנטאָ. זי וועט ערשט האָבן איר ניו־יאָרקער דעביוט דאָנערשטיק, דעם 5טן יולי, 7 אַ זייגער אין אָוונט, בײַם „פּליירום־טעאַטער‟ (151 וועסט, 46סטע גאַס, לעבן בראָדוויי).

דער ספּעקטאַקל, אויף ייִדיש און ענגליש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן 18 מאָל; יעדן זונטיק, מאָנטיק, דינסטיק און דאָנערשטיק ביזן 14טן אויגוסט. די בילעטן קאָסטן 38$. כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: https://www.tevyeservedraw.com/.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.