אַ טור פֿון די ביימער אין אונדזער וועלדל

A Tour of the Trees In Our Little Forest

אַפֿענעס
Itzik Gottesman
אַפֿענעס

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published June 19, 2018.

במשך פֿונעם זומער פֿאַרברענג איך מיט מײַן פֿרוי, נחמה, אין אונדזער דאַשטע אין די קעטסקיל-בערג אין ניו־יאָרק. די געגנט איז אַ מאָל געווען, ווי באַקאַנט, דאָס וואַקאַציע־אָרט פֿאַר הונדערטער טויזנטער ייִדן פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק. מען האָט געוווינט אין באָנגאַלאָ־קאָלאָניעס, אין קליינע וווינונגען וואָס מע האָט אָנגערופֿן „קאָך־אַליינס‟ ווײַל אין פֿאַרגלײַך מיט די אָרטיקע האָטעלן ווי „גראָסינגערס‟ האָט מען געדאַרפֿט אַליין צוגרייטן דאָס עסן. הײַנט, אַז דער אימיגראַנטן־דור איז, צום באַדויערן, אויסגעשטאָרבן האָבן חסידים איבערגענומען די קאָלאָניעס און מע הערט ווײַטער ייִדיש, אָבער דער שטייגער לעבן האָט זיך אַוודאי געביטן.

אונדזער דאַטשע באַשטייט פֿון אַן אַלטן הילצערנעם פֿאַרמהויז פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אַרומגערינגלט מיט אַ וואַלד. יעדן טאָג באַמי איך זיך אויסצולערנען עפּעס נײַס וועגן דער נאַטור — זאָל זײַן דער נאָמען פֿון אַ פֿויגל, אַ בלום אָדער אַ בוים. דער פֿאַרשפּרייטער סטערעאָטיפּ, אַז אין דער ייִדישער שפּראַך געפֿינען זיך נישט קיין נעמען פֿאַר דער באָטאַניק איז אָפּגעווישט געוואָרן אַ דאַנק מרדכי שעכטערס לעבן־לאַנגיקער אַרבעט אויף דעם פֿעלד. אין זײַן ווערק „די געוויקסן־וועלט אויף ייִדיש‟, וואָס איז אַרויס אין 2005, האָט ער געפֿונען די נעמען פֿון ביימער, בלומען און אַנדערע געוויקסן אין הונדערטער טעקסטן און בײַ אַ הויכן צאָל אינפֿאָרמאַנטן. וווּ עס האָט געפֿעלט אַ וואָרט אויף ייִדיש האָט ער געשאַפֿן אַ פּאַסיקן טערמין.

צווישן די עלטסטע און שענסטע ביימער אין אונדזער וואַלד זענען די עפּלביימער. איין זומער האָבן מיר געבעטן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן עקספּערט אויף עפּלביימער, ער זאָל קומען און אָפּשנײַדן די צווײַגן כּדי מער פֿרוכט זאָל קענען וואַקסן. איך בין מיט אים אַרומגעגאַנגען פֿון איין עפּלבוים צום צווייטן און ער האָט מיר דערציילט אַזוי: „איך קען אײַך פֿאַרזיכערן, אַז די עפּל וואָס וואַקסן אויף די דאָזיקע הונדערט־יאָריקע ביימער קען מען נישט געפֿינען אין קיין שום קלייט אָדער מאַרק. אַמאָל האָט מען געקענט עסן הונדערטער מינים עפּל אין לאַנד, אָבער מיט דער צײַט, האָבן די גרעסערע עפּל־פֿירמעס איבערגענומען דעם מאַרק און די הויכע צאָל מינים עפּל איז פֿאַרקלענערט געוואָרן אויף צענדליקער, נישט הונדערטער.‟ ער האָט מיר געוויזן אַ דאָרן [hawthorn], אַ בוים וואָס האָט טאַקע לאַנגע דערנער לעבן די עפּלביימער, און באַשטעטיקט, אַז די טראַדיציע איז געווען זיי צו פֿאַרפֿלאַנצן לעבן די עפּלביימער, ווײַל מע האָט געהאַלטן, אַז זיי העלפֿן דעם געזונט פֿון די עפּל.

דער עפּל־בוים, וואָס איז מער ווי הונדערט יאָר אַלט.
Itzik Gottesman
דער עפּל־בוים, וואָס איז מער ווי הונדערט יאָר אַלט.

ווען מע רעדט וועגן די הײַנטיקע וועלדער אין אַמעריקע דאַרף מען אויך געבן אַ טיפֿן זיפֿץ, ווײַל נישט נאָר פֿאַרשווינדן זיי צוליב דער פֿאַרגרעסערונג פֿון די שטעט און פֿאָרשטעט, נאָר די ביימער אַליין לײַדן פֿון קרענק וואָס האָבן נישט עקזיסטירט אין פֿריִערדיקע דורות. אין די קעטסקיל־בערג, למשל, באַשטייען די וועלדער, דער עיקר, פֿון צוגעס (hemlock) און בוקנביימער (beech). ביידע מינים ביימער שטאַרבן אויס צוליב אימפּאָרטירטע אינסעקטן און קרענק. אין די וועלדער פֿון דרום־קאַראָלײַנע האָט מען אָנגעהויבן אַ פּראָגראַם אײַנצושפּריצן די צוגעס מיט מעדיקאַמענט, וואָס העלפֿט די ביימער קעמפֿן קעגן דער קראַנקייט, אָבער בלויז אויף פֿינעף יאָר. אַ געזונטע צוגע וואָלט געקענט וואַקסן פֿיר הונדערט יאָר ווען נישט די קרענק!

אַ צוגע־בוים
Itzik Gottesman
אַ צוגע־בוים

אָבער וואָס געשעט צו די „בלויע‟ טענענביימער [spruce] האָט נישט זײַן גלײַכן. אַ פֿונגעס הרגעט זיי אַוועק, סײַ די קליינע יונגע, סײַ די גרויסע עלטערע. די נאָדלען פֿאַלן אַראָפּ און אין גיכן זעען אויס די ביימער גאָר מיאוס. עטלעכע טויטע הויכע טענענביימער זענען שוין אַנידערגעפֿאַלן לעבן אונדזער הויז אָבער, צום גליק, אונדז נישט געטראָפֿן.

פֿון די אַנדערע נאָדלביימער אין וואַלד (די צוגעס זענען אויך נאָדלביימער) זענען צוויי מינים געבליבן שטאַרק און געזונט: די סאָסנעס (pine) און די בלעטעריצעס אָדער רויטביימער (larch). אַלע נאָדלביימער בלײַבן גרין אַ גאַנץ יאָר אַחוץ די בלעטעריצעס. פּונקט ווי בלעטער, פֿאַלן אַראָפּ די נאָדלען אין האַרבסט און זיי וואַקסן צוריק פֿרילינג.

דער סאָסנע־בוים
Itzik Gottesman
דער סאָסנע־בוים

די אַכט עפּלביימער אויף אונדזער לאַנד זענען נישט די איינציקע ביימער מיט פֿרוכט. דאָ און דאָרט געפֿינט מען אַ טשערעמכע (chokecherry), אַ הויכן בוים מיט קליינע קאַרשעלעך וואָס די פֿייגל האָבן שטאַרק ליב. מע קען געפֿינען בײַ אונדז אַפֿענעס (בײַ אונדז אַרויסגערעדט „אָפֿענעס‟), אויך באַקאַנט ווי שוואַרצע יאַגדעס (blueberries). אַפֿענעס וואַקסן סײַ אויף הויכע קוסטעס, ווי בײַ אונדז, סײַ אויף נידעריקע קוסטוס, ווי מע געפֿינט געוויינטלעך אויף אַ פֿאַרם.

אין אַ צווייטן קאַפּיטל פֿון „אונדזער וואַלד‟ וועלן מיר אַ קוק טאָן אויף די פֿעלדבלומען און זייערע אינטערעסאַנטע נעמען.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.