לערער קענען זײַן צדיקים אָדער שלאַנגען

Teachers Can Be Tender Or Cruel

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 20, 2018.

אין דער הײַנטיקער פּרעסע ווערט אָפֿט דערמאָנט די טעמע פֿון שלעכטע לערער, אָפֿט מאָל אין שײַכות מיט פֿאַרשיידענע מאַניפּולאַציעס און באַעוולונג־סקאַנדאַלן. אין יעדן בילדונג־אַנשטאַלט קאָן מען טרעפֿן יחידים, וואָס באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון צווייפֿלהאַפֿטיקע פּעדאַגאָגן. ווײַט נישט אַלעמאָל זענען אָבער די טענות באַרעכטיקט.

ס׳איז פּונקט אַזוי שווער צו זײַן אַ לערער, ווי צו זײַן אַ דאָקטער; אויב אַפֿילו דו מיינסט אַלעמאָל לשם־שמים, קאָן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער טעות איבערלאָזן אַן אייביקן פֿלעק אויף דײַן רעפּוטאַציע. צו שטרענג אָדער צו ווייך, צו איידל אָדער צו פּראָסט, צו מאַטעריאַליסטיש אָדער צו רוחניותדיק, און דאָס שטרעבן צו בלײַבן מעסיק אין אַלע געביטן, קאָן גורם זײַן פּעדאַגאָגישע פּראָבלעמען.

די הײַנטיקע פּרשה הייסט „חוקת‟, ווײַל זי הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿון דער פּרה־אַדומה. נאָכן אָנרירן אַ מת, האָבן ייִדן געקאָנט זיך אָפּרייניקן בלויז דורך זייער אַ ספּעציפֿישער פּראָצעדור, מיט דער הילף פֿונעם אַש פֿון אַ ספּעציעלער קו.

קודם־כּל, האָט מען געדאַרפֿט אָפּגעפֿינען די זעלטענע בהמה, וואָס האָט קיינמאָל נישט געטראָגן קיין יאָך און האָט בלויז רויטע אָדער ברוינלעך־געלע האָר פֿונעם זעלבן קאָליר. נאָך דעם װי מע שעכט און פֿאַרברענט די פּרה־אַדומה מחוץ דעם הר־הבית, איז איר אַש, אויסגעמישט מיטן ריינעם קוואַלוואַסער און אַ צאָל אַנדערע זאַכן, געווען מסוגל מטהר צו זײַן אַ ייִד פֿון דער טומאת־מת. די כּהנים, וועלכע האָבן דורכגעפֿירט דעם טהרה־ריטואַל, זענען במשך פֿונעם פּראָצעס אָבער אַליין טמא געוואָרן. באַקומט זיך אַ פּאַראַדאָקס: ווי אַזוי קאָן די זעלביקע מיצווה דינען גלײַכצײַטיק ווי אַ קוואַל פֿון טומאה און טהרה? געוויסע יחידים, אַרײַנגערעכנט משה רבינו, האָבן משׂיג געווען דעם באַדײַט פֿון דער פּרה־אַדומה, אָבער אין אַלגעמיין בלײַבט זי אַ קלאַסישער בײַשפּיל פֿון אַ „חוק‟ – אַ מיצווה, וואָס דער מענטשלעכער שׂכל איז נישט בכּוח צו באַגרײַפֿן.

די חז״ל באַטאָנען, אַז אַזוי ווי די פּרה־אַדומה, ברענגט דער טויט פֿון צדיקים אַ כּפּרה אין דער וועלט. אויפֿן סמך פֿון די דאָזיקע דבֿרי־חז״ל דערקלערן די חסידישע צדיקים, אַז אַ לעבעדיקער צדיק איז אויך אַ מין פּרה־אַדומה: אַ פֿאַרפֿלעקטן מענטשן איז ער מסוגל אָפּצורייניקן, אָבער אַ ריינער מענטש, אויב אין זײַן נשמה באַהאַלט זיך אַ פֿלעק, קאָן דווקא טמא ווערן, ווען מע פֿאַרשטייט קרום דעם צדיקס ווערטער.

ווײַטער דערציילט אונדזער די פּרשה, אַז נאָך אַהרן הכּהנס פּטירה האָבן ייִדן ווידער אָנגעהויבן טענהן קעגן משה רבינוס שליחות. ווי אַן עונש פֿאַר זייערע טענות, האָבן גיפֿטיקע שלאַנגען גענומען זיי בײַסן. דער אייבערשטער האָט געהייסן משהן שאַפֿן אַ קופּערנע שלאַנג, כּדי זי אַרויפֿצושטעלן אויף אַ הויכן שטעקן. ווען די געביסענע האָבן געקוקט אויף דער פֿיגור, זענען זיי תּיכף אויסגעהיילט געוואָרן. באַקומט זיך, אַז הגם די שלאַנגען ווערן, בדרך־כּלל, אַסאָציִיִרט מיט נעגאַטיווע ענינים, דינען זיי צומאָל דווקא ווי אַ רפֿואה.

בײַם סאַמע אָנהייב פֿונעם מדרש־רבה ווערט דער אייבערשטער אַליין אָנגערופֿן אַ „געניטער לערער‟. די חז״ל נוצן טאַקע אויס דאָס גריכישע וואָרט: „פּדגוג‟. דער באַשעפֿער פֿירט דעם מענטש צומאָל אויף סתּירותדיקע און היפּוכדיקע דרכים. כּדי צו פֿאַרשטיין דאָס לעבן, מוז דער מענטש צומאָל אַרײַנפֿאַלן קודם אינעם טיפֿסטן חושך. אין דער מענטשלעכער פּעדאַגאָגישער חכמה טאָר מען זיך אָבער נישט פֿאַרלאָזן צופֿיל אויף סתּירות און פּאַראַדאָקסן. ווי געזאָגט, קאָנען אַפֿילו די ווערטער פֿונעם גרעסטן צדיק „מטמא זײַן די טהורים‟ – פֿאַרפֿירן אַ גײַסטיק פֿאַרפֿלעקטן מענטש. זיכער איז עס אמת, ווען עס גייט אַ רייד וועגן די געוויינטלעכע לערער, אַפֿילו די סאַמע געניטע.

אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע וויסנשאַפֿטלעכע דיסציפּלינען, פֿאַרלאָזט זיך די פּעדאַגאָגישע חכמה אין אַ גרויסער מאָס אויף דער אינטויציע פֿונעם לערער. עס טרעפֿן זיך אומגעוווּנטשענע פֿאַלן, ווען באַקאַנטע מעטאָדן ברענגען אַרויס פֿאַרקערטע רעזולטאַטן. אויב דער לערער פֿירט זיך אויף ווי אַן עכטער צדיק און שטרעבט מיטן גאַנצן האַרצן אויפֿצוהאָדעווען די בעסטע תּלמידים, קאָן עס מזיק זײַן אַ תּלמיד אַ כוליגאַן, וואָס נייטיקט זיך אין אַ שטרענגערן צוגאַנג. ווען אַ לערער פֿירט זיך אויף ווי אַ גיפֿטיקע שלאַנג און „בײַסט‟ כּסדר די תּלמידים, קאָן ער, מעגלעך, אויסמענטשלען דעם כוליגאַן – אָדער פּונקט פֿאַרקערט, אַרײַנברענגען אי דעם כוליגאַן, אי אַ פֿלײַסיקן תּלמיד אין עגמת־נפֿש און אומבאַוויליקייט צו לערנען. צו שטרענגע פּעדאַגאָגישע מעטאָדן קאָנען פֿאַרוואַנדלען גוטע תּלמידים אין כוליגאַנען, און אַ פּערזענלעכער, ווייכער צוגאַנג צו יעדן איינעם קאָן פֿאַרוואַנדלען דעם סאַמע בייזן כוליגאַן אין אַ פֿלײַסיק קינד. צומאָל באַקומט זיך אָבער דווקא פֿאַרקערט.

אין דער עצם־מלאָכה פֿון לערערײַ שטעקט דער פּאַראַדאָקס פֿון דער פּרה־אַדומה, וואָס לאָזט זיך נישט אַלעמאָל באַנומען צו ווערן אויף אַ ראַציאָנעלן אופֿן. זײַ אַ צדיק, זײַ אַ נחש, ווער אַפֿילו „פֿאַרברענט‟ אויף דײַן אַרבעט, וועלן זיך אַלעמאָל טרעפֿן משפּחות, וואָס זענען נישט צופֿרידן מיט דײַן מעטאָד פֿון לערערײַ.

צום באַדויערן, קאָן עס אויך דינען ווי אַ תּירוץ פֿאַר בפֿירוש שלעכטע, מאַניפּולאַטיווע און פֿאַרדאָרבענע לערער. נישט זיי זענען שולדיק, קאָנען זיי טענהן, נאָר די תּלמידים. מע מוז געדענקען, אַז אַ זאַך, וואָס זעט אויס ווי אַ שלאַנג, איז געוויינטלעך פּשוט אַ שלאַנג.

פֿאָרט, נישט געקוקט אויף די דערגרייכונגען פֿון דער הײַנטיקער פּסיכאָלאָגיע, בלײַבט פּעדאַגאָגיק אַ „חוק‟ – אַ מלאָכה, וואָס ווענדט זיך, אַחוץ דעם ענטוזיאַזם, דער אַלגעמיינער כּוונה לשם־שמים און טעכנישע מעטאָדן, אויף דער פּערזענלעכער אינטויִציע פֿונעם לערער און זײַנע אייגענע לאַוו־דווקא ראַציאָנעלע „חוקים‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.