פֿאָלקזינגערין עטל ריים באַקומט חשובֿע פּרעמיע פֿון דער NEA

Folksinger Ethel Raim Receives Prestigious Award From the NEA

Martha Cooper

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 21, 2018.

„דער נאַציאָנאַלער עלמות־פֿאָנד פֿאַר קונסט‟ (NEA) האָט די װאָך געמאָלדן די נעמען פֿון צען פֿאָלקסזינגער, קינסטלער, קליידער־מאַכער און האַנטווערקער, וואָס וועלן הײַיאָר אָנערקענט ווערן ווי די טרעגער פֿון דער נאַציאָנאַלער קולטור־ירושה. צווישן די צען האָט מען אויסגעקליבן די ייִדישע פֿאָלקזינגערין און עטנאָמוזיקאָלאָגין עטל ריים.

אין זײַן דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע האָט דער „עלמות־פֿאָנד‟ איבערגעגעבן, אַז ריים איז ניט בלויז איינע פֿון די וויכטיקסטע עקספּערטן פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסליד און אַליין אַ טאַלאַנטירטע זינגערין, נאָר שוין פֿופֿציק יאָר װאָס זי פֿאַרטײדיקט די אַרבעט פֿון אירע קאָלעגן. די דערקלערונג דערמאָנט, למשל, אַז אין 1968 האָט זי געטענהט צום דירעקטאָר פֿונעם חשובֿן „ניופּאָרטער פֿאָלק־פֿעסטיוואַל‟, ראַלף רינצלער, וואָס מע הערט דאָרטן ניט קיין מוזיק פֿון אימיגראַנטן. אין 1969 האָט מען טאַקע אַ דאַנק איר אַרײַנגעבראַכט ייִדישע זינגער און זינגער פֿון אַנדערע פֿאָלק־טראַדיציעס.

זי האָט זיך אויך משתּדל געווען לטובֿת דער פֿאָלקסמוזיק צו דער ניו־יאָרקער שטאַט־רעגירונג און ווי אַ רעזולטאַט שטיצט איצט דער שטאַט ניו־יאָרק די אַרבעט פֿון מער ווי 70 אָרגאַניזאַציעס װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאָלקסמוזיק. דערצו האָט זי, ווי די קינסטלערישע דירעקטאָרשע פֿונעם „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟, רעקאָרדירט די מוזיק פֿון אימיגראַנטן פֿון צענדליקער לענדער און אָרגאַניזירט פֿאַר זיי קאָנצערטן.

ריים וועט באַקומען די פּרעמיע פֿון 25,000$ בעת אַ צערעמאָניע אין וואַשינגטאָן מיטוואָך, דעם 26סטן סעפּטעמבער, װוּ זי וועט אויך אויפֿטרעטן אויף אַ קאָנצערט מיט די אַנדערע לאַורעאַטן.