נײַער איבערזעצונג־נומער „פּאַקן־טרעגער‟

New Translation Issue of Pakn-Treger

Yiddish Book Center/Forverts Montage

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 22, 2018.

אַהרן לאַנסקי, דער גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ זאָגט זייער אָפֿט, אַז „די ייִדישע ליטעראַטור איז אַ באַוועגלעכע היימלאַנד‟ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. פּאַסיק דערפֿאַר איז די טעמע פֿונעם נײַעם איבערזעצונג־נומער פֿונעם „פּאַקן־טרעגער‟ — דער אָרגאַן פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟.

דער נײַער נומער, וואָס מע קען לייענען בחינם אויף דעם צענטערס וועבזײַט נעמט אַרײַן לידער, דערציילונגען, פּראָזע און אַ ביכל פֿאַר קינדער. אַלע ווערק וואָס ווערן אַרײַנגענומען אין דער אַנטאָלאָגיע האָבן צו טאָן מיטן אַרומפֿאָרן — אָדער בוכשטעבלעך אויף אַ באַן, שיף אָדער וואָגן — אָדער מעטאַפֿאָריש צי גײַסטיש. עטלעכע פֿון די ווערק, איבערהויפּט רחל קאָרנס ליד „עקזאָדוס‟ וואָס באַשרײַבט דעם גורל פֿון די ייִדן אויף דער באַרימטער פּליטים־שיף, טראָגן אין זיך אָפּקלאַנגען פֿונעם חורבן. אַנדערע, אַזוי ווי דבֿורה פֿאָגעלס „זונטיק פֿון פֿאָרשטאָט־הײַזער‟, פֿאַרנעמען זיך מיט מער טאָגטעגלעכע אופֿנים פֿון אַרומפֿאָרן, און דינען ווי אַ מעטאַפֿיזישן קאָמענטאַר אויפֿן לעבן.

די אַנטאָלאָגיע נעמט אויך אַרײַן דרײַ ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער: אַן אויסצוג פֿון דער זאַמלונג פּראָזע־לידער „די נבֿאוה פֿון שוואַרצאַפּלען‟ וואָס דערמאָנט דעם פּאָעטס באַרימטע פֿלי־רײַזע פֿון די נאַראָטשער וועלדער ביז מאָסקווע; דאָס ליד „צום חבֿר‟ וואָס באַשרײַבט די עכטע נסיעה פֿון אַ זעלטענעם כּתבֿ־יד אין אַ פֿלעשל איבערן ים, און אַ ליד פֿון זײַן טאָגבוך אין וועלכן ער טראַכט וועגן דער דזשאָקאָנדע (Mona Lisa) פֿון לעאָנאָרדאָ דאַ־ווינטשי.

אין אַ לײַכטערן — אָבער פֿאָרט חנעוודיקן — סטיל, קען מען לייענען ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס ביכל פֿאַר קינדער, „מיר פֿאָרן.‟ אַזוי ווי אַלע ווערק אין דער אַנטאָלאָגיע קען מען לייענען דעם טעקסט סײַ אויף ענגליש, סײַ אינעם ייִדישן אָריגינאַל. „מיר פֿאָרן‟ ווערט באַגלייט פֿון דער מחברטעס אָריגינעלע אילוסטראַציעס, וואָס נעמען אַרײַן אַ זעלטענעם אימאַזש אין דער ייִדישער ליטעראַטור — אַ ראַקעט צו דער לבֿנה.