ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

Aleksandra Król/Forverts Montage

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 26, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אינעם ייִדישן וואַרשעווער מוזיי „פּולין‟ איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ וועגן די באִַציִונגען צווישן די סלאַוון און די ייִדן און וועגן דער פֿראַגע, ווי דאִַרפֿן מוזייען רעפּרעזענטירן אָט די באַציִונגען?

איז אַזוי. ראשית־כּל, פֿרעגט מיך בחרם, אָבער איך ווייס נישט ווער אַזוינס זענען די סלאַוון. ווי פּראָפֿעסאָר דבֿ בער קערלער, איינער פון די אָנטיילנעמער, האָט מיר אַליין געזאָגט, באַנעמען זיך די פּאָליאַקן נישט ווי סלאַוון.

דאָ בין איך מסכּים מיט אים. די פּאָליאַקן זינגען נישט קיין האַרציקע און טרויעריקע לידער וואָס האָבן געמאַכט דעם רוסישן פֿאָלקלאָר אַזוי באַקאַנט אויף דער וועלט. דער נאַציאָנאַלער ספּאָרט אין פּוילן איז דאָס באַקלאָגן זיך. אונדזערע פּוילישע ייִדן פֿעלט אויך גאָרנישט אין דעם פּרט. ס’איז נישט קיין וווּנדער. אַזוי ווי סע קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך.

די רוסן, אין פֿאַרגלײַך, דערנערווירן זיך נישט אַזוי שנעל. בײַ זיי איז ניטשעוואָ - סע מאַכט נישט אויס.

הגם פּויליש און רוסיש זענען ביידע סלאַווישע שפּראַכן, האָט מען אין פּוילן פֿיינט סײַ רוסיש סײַ די רוסן. די פּאָליאַקן נוצן לאַטײַנישע אותיות און האַלטן מיטן רוימיש-קאַטוילישן פּויפּסט. די רוסן שרײַבן מיט קירילישע אותיות און זענען פּראַוואָסלאַוון.

אַגבֿ, די פּאָליאַקן האָבן אויך נישט איבעריק ליב די טשעכן. די טשעכן האַלטן די פּאָליאַקן פֿאַר כניאָקעס. אין וואַרשע זענען די קלויסטערס טאַקע פֿול. אין פּראָג זענען זיי ליידיק.

די אוקראַיִנער און די פּאָליאַקן, כּלומרטש ביידע סלאַווישע פֿעלקער, האָבן זיך אויך נישט איבעריק ליב.

איך רעד שוין נישט פֿון דעם, אַז די געשיכטע פֿון די ייִדן אין פֿאַרשיידענע אַזוי גערופֿענע סלאַווישע לענדער, איז נישט געווען די זעלבע. דאָס לעבן פֿון די ייִדן אין בולגאַריע איז געווען אין גאַנצן אַנדערש ווי אין פּוילן אָדער אין אַנדערע מזרח-אייראָפּעיִשע לענדער.

ד״ר קערלער זאַמלט שוין יאָרן לאַנג מאַטעריאַלן וועגן דעם ייִדישן לעבן אין מזרח־אייראָפּע און טאַקע אויף ייִדיש. ער באַטאָנט אַז ער האָט נישט געזאַמלט בכּיוון קיין מאַטעריאַלן וועגן די באַציִונגען צווישן ייִדן און גויים. פֿון איין זייט דאַרף מען זײַן אָפֿן און זאַמלען אַלץ וואָס סע לאָזט זיך, טענהט ער, אָבער זײַן פֿאָקוס איז געווען דאָס ייִדישע לעבן פֿאַר דער מלחמה, דער ייִדישער שטייגער, די ייִדישע פּאָליטישע שטרעבונגען און אַזוי ווײַטער.

ד״ר קערלער האָט דערציילט וועגן צוויי ניט־ייִדישע עלטערע לײַט מיט וועמען ער האָט זיך באַקענט אויף זײַנע עקספּעדיציעס, וואָס האָבן גערעדט ייִדיש ווײַל פֿאַרן חורבן זענען ס׳רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג בײַ זיי אין שטעטל געווען ייִדן. איינער פֿון די אינפֿאָרמאַנטן, מאַריאַ קירילע, האָט געוווינט אין מיכעלען, רומעניע, און דער צווייטער וואַסילי דעמיאַנאָוויטש מוכאַ — אין טאָמאַשפּאָל, אוקראַיִנע.

די ייִדן באַציִען זיך אַ ביסל פּראָבלעמאַטיש צו אַזעלעכע מענטשן. אַ טייל ייִדן רעאַגירן דערויף פּאָזיטיוו און פֿאַרחידושט. אָבער אַנדערע ייִדן ווײַזן אַרויס אַ נעגאַטיוו געפֿיל צו דעם: וואָס שאַרן זיי זיך צו אונדז, ייִדן? זיי זענען דאָך נישט קיין ייִדן.

די רומענישע אינפֿאָרמאַנטין, פֿרוי קירילע, האָט גערעדט אַ גלענצנדיקן ייִדיש. דער טאַטע איז געווען אַ פֿאָלקס־דײַטש אָבער זי אַליין האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ רומענערין. שפּעטער האָט ד״ר קערלער געפֿונען איר שוועסטער. די שוועסטער האָט גערעדט דײַטש. זי האָט געמיינט אַז דער דײַטש וואָס זי רעדט איז ייִדיש.

דער אוקראַיִנער אינפֿאָרמאַנט, דעמיאַנאָוויטש מוכאַ, האָט אויך גערעדט אַ פֿײַנעם ייִדיש. ער האָט זיך באַקלאָגט: נישטאָ מיט וועמען צו רעדן! דער קאָפּ פֿאַרגעסט – האָט ער געזאָגט.

ד״ר קערלער האַלט אַז ס’איז פֿאַראַן אַן אַלגעמיינע פּראָבלעם. דהײַנו, ווי קען מען פֿאַראינטערסירן דעם עולם מיט אונדזער קולטור־ירושה? אַרויפֿשטעלן עפּעס אויף דער אינטערנעץ, איז נישט קיין פּראָבלעם. אָבער מאַכן אַזוי אַז מענטשן זאָלן עס באַמערקן, אָדער קומען זען דאָס אין אַ מוזיי, דאָס איז זייער שווער.

הכּלל, אַ דאַנק דער קאָנפֿערענץ האָב איך געכאַפּט אַ טשיקאַוון שמועס מיט ד״ר קערלער, אַ גרויסער קענער פֿון אונדזער שפּראַך און קולטור. גם זו לטובה!