אינטערנעץ־קורס לערנט די געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער

Online Course Teaches History of Yiddish Theater

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 28, 2018.

כאָטש ס׳איז אַ מאָל גרינג צו פֿאַרגעסן פֿאַר די וואָס געפֿינען זיך אין ניו־יאָרק, וווינען ס׳רובֿ מענטשן וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך הײַנט אין דער ייִדישער קולטור דווקא אַנדערשוווּ. און אַ סך פֿון די, וואָס געפֿינען זיך יאָ אינעם „גרויסן עפּל‟ קענען זיך ניט דערלויבן צו נעמען פֿרײַ במשך פֿונעם טאָג, ווען עס קומען פֿאָר ס׳רובֿ לעקציעס און רעפֿעראַטן.

כּדי אויסצופֿילן דעם בלויז פֿירט דער ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟ דורך אַ סעריע אינטערנעץ־קורסן, וואָס באַשטייען פֿון פֿילמירטע רעפֿעראַטן און אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן, מע זאָל קענען געניסן פֿון זיי אין אַלע עקן וועלט, אין וואָס פֿאַר אַ שעה עס זאָל ניט זײַן.

אין מײַ האָט מען לאַנצירט דעם נײַעם אינטערנעץ־קורס „אוי מאַמע בין איך פֿאַרליבט — די געשיכטע פֿון דער ייִדישער בינע,‟ וואָס גיט איבער דורך 25 רעפֿעראַטן פֿון געלערנטע און אַ ריי אַרכיוואַלע רעקאָרדירונגען, לידער און אויסצוגן פֿון ייִדישע פֿילמען, די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין מער ווי 20 לענדער. דורך רעקאָרדירונגען, פֿילמען און בילדער, וואָס מע האָט לעצטנס דיגיטאַליזירט, האָפֿט דער „ייִוואָ‟ צו באַקענען דעם ברייטן עולם מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער און זײַן ווירקונג אויף דער פּאָפּולערער קולטור.

דער קורס קאָסט 15$ פֿאַר מיטגלידער פֿונעם „ייִוואָ‟ און 25$ פֿאַרן ברייטן עולם. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן באַזוכט: https://www.yivo.org/ohmama.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.