לכּבֿוד מײַן זיידן, יאָסל מלאָטעק, דעם וויזיאָנער

Recalling My Grandfather, Yosl Mlotek, the Visionary

יאָסל מלאָטעק באַגריסט דעם עולם אויפֿן ערשטן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק אין 1968.
Courtesy of Avram Mlotek
יאָסל מלאָטעק באַגריסט דעם עולם אויפֿן ערשטן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק אין 1968.

פֿון אַבֿרהם מלאָטעק

Published June 28, 2018.

מיר, ניו־יאָרקער אײַנוווינער, שאַצן ניט אָפּ ווי געהעריק די פּרעכטיקע סעריע קאָנצערטן וואָס ווערן דורכגעפֿירט יעדן זומער אין צענטראַל־פּאַרק אונטערן פֿרײַען הימל — Summerstage. אין וואָס פֿאַר אַ זומערנאַכט עס זאָל ניט זײַן, קען מען זיך אַרײַנכאַפּן אין פּאַרק כּדי צו הערן מוזיק פֿון אַלע עקן וועלט. ס׳איז ניט שטענדיק געווען אַזוי.

מיט פֿופֿציק יאָר צוריק האָט מײַן זיידע, יאָסל מלאָטעק, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, פּראָדוצירט דורכן „אַרבעטער־רינג‟ דעם סאַמע־ערשטן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק אין צענטראַל־פּאַרק. ס׳איז געווען אַ היסטאָרישע געשעעניש. דער ניו־יאָרקער בירגערמײַסטער דזשאָן לינדסיי האָט באַגריסט דעם עולם פֿון 25,000 צוקוקער. עס זענען אויפֿגעטראָטן די זינגער־אַקטיאָרן מאָלי פּיקאָן, סימאָר רעכצײַט און הערמאַן יאַבלאָקאָוו און אַ ריי אַנדערע שטערן פֿונעם ייִדישן טעאַטער. שלום סעקונדע, דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון „בײַ מיר ביסטו שיין‟ און אַנדערע באַליבטע ייִדישע לידער, האָט דיריגירט אַ פֿולן אָרקעסטער. וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק דאָס האָט מסתּמא געמאַכט אויף די שארית־הפּליטה ייִדן אין עולם, צו זען און הערן אַ לעבעדיקן ייִדיש!

מײַן זיידע איז געווען אַ וויכטיקער קולטור־טוער און וויזיאָנער. אַ פּאָעט, אַ פּעדאַגאָג, דער דערציִונג־דירעקטאָר פֿונעם „אַרבעטער־רינג,‟ האָט ער געקענט אַ ייִדישן שרײַבער אין יעדער שטאָט, וווּ ער איז נאָר געפֿאָרן. ווי דער רעדאַקטאָר, צוזאַמען מיט מײַן באָבע חנהן, פֿון דער פֿאָרווערטס־רובריק, „פּערל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟, האָט ער געהאָלפֿן אָן אַ שיעור לייענער געפֿינען דעם טעקסט פֿון לידער וואָס זיי האָבן בלויז געדענקט פֿראַגמענטן דערפֿון. דער נאָבל־לאַורעאַט יצחק באַשעוויס־זינגער האָט זיי באַצייכנט ווי „דער שערלאָק האָלמס פֿונעם ייִדישן ליד.‟

אַנטלויפֿנדיק פֿון וואַרשע צו 21 יאָר, האָט דער זיידע יאָסל באַקומען אַ וויזע פֿונעם יאַפּאַנישן דיפּלאָמאַט טשיִונע סוגיהאַראַ און דורכגעמאַכט די מלחמה־יאָרן אין שאַנכײַ, וווּ ער האָט געאַרבעט אין דער אָרטיקער ייִדישער ביבליאָטעק. ער האָט אָפּגעגעבן זײַן גאַנץ לעבן דער קולטור פֿון זײַן היים און פֿאָלק, און די ברידער, שוועסטער, עלטערן, פּלימעניק און פּלימעניצע, וואָס זענען דערמאָרדעט געוואָרן דורך די נאַציס.

די לידער־זאַמלונגען וואָס ער האָט צונויפֿגעשטעלט מיט מײַן באָבען האָבן געהאָלפֿן גורם זײַן דעם ווידער־אויפֿלעב פֿון דער קלעזמער־מוזיק. ווען די באָבע חנה און מײַן עלטער־מומע מלכּה גאָטליב האָבן אַרויסגעגעבן אַ פּרעכטיקע זאַמלונג ייִדישע חורבן־לידער, האָט אלי וויזל געשריבן אין דער הקדמה: „דאָס בוך דאַרף זײַן אין יעדער ייִדישער היים, נישט ווײַל ס׳איז אַ חובֿ צו וויינען נאָר ווײַל ס׳איז אַ פֿליכט צו זינגען.‟ בײַ די מלאָטעקס איז געזאַנג דאָך די הויפּט־מלאכה!

דעם 13טן יוני איז, ווי אַ טייל פֿון Summerstage, פֿאָרגעקומען דער קאָנצערט „ייִדיש אונטער די שטערן‟. פּראָדוצירט דורך דער „פֿאָלקסבינע‟ און דיריגירט דורך מײַן טאַטן, זלמן מלאָטעק, זענען דאָרטן אויפֿגעטראָטן אַ טייל פֿון די גרעסטע קלעזמער־מוזיקער און ייִדישע זינגער. הערנדיק ווי מײַן פֿאָטער באַגריסט דעם עולם און ווי ער שפּילט די פּיאַנע איז בײַ מיר ניט קיין נאָווינע. איך טרעט שוין אויף מיט אים זינט איך בין דרײַ יאָר אַלט. וואָס איז יאָ נײַ, איז אַז מײַנע קינדער קענען איצט זען וואָס זייער זיידע טוט — אַ זאַך וואָס איך בין געווען צו יונג אָפּצושאַצן אין מײַן אייגענעם זיידן ווײַל ער איז ניפֿטר געוואָרן ווען איך בין נאָך געווען זייער יונג. צום גליק האָב איך יאָ זוכה געווען אָפּצושאַצן דער באָבענס אויפֿטוען.

בכלל האָב איך קינדווײַז ניט אָפּגעשאַצט די קולטורעלע סבֿיבֿה, אין וועלכער איך בין אויפֿגעוואַקסן. ווי אַנדערש וואָלט מײַן לעבן הײַנט געווען, ווען איך וואָלט ניט געהאַט פֿאַרבראַכט אַ וואָך לאַנג יעדן ווינטער אין אַ האָטעל אין די קעטסקיל־בערג, הערנדיק ווי אויסערגעוויינטלעכע קלעזמאָרים שפּילן ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן? וויפֿל ייִנגלעך טרעטן אויף לכּבֿוד דעם ווערן בר־מצווה מיט סימאָר רעכצײַט — דער ייִד וועמענס זינגען האָט איין מאָל אַזוי גערירט פּרעזידענט קאַלווין קאָלידזש, אַז ער האָט גלײַך באַשטעלט וויזעס פֿאַר רעכצײַטס מאַמע און אַנדערע קרובֿים, זיי זאָלן קענען אַרײַנקומען אין לאַנד? ווען מײַנע חבֿרים אין ישיבֿה אָדער קעמפּ פֿלעגן זאָגן, „ייִדיש איז טויט,‟ האָב איך זיי פּשוט ניט פֿאַרשטאַנען, ווײַל די ייִדישע קולטור וואָס איך האָב געקענט האָט נאָך געשפּרודלט מיט לעבן.

יאָסל, זלמן און חנה מלאָטעק, 1990ער יאָרן
Milken Archive
יאָסל, זלמן און חנה מלאָטעק, 1990ער יאָרן

דעם יולי פֿאַלט אויס 100 יאָר זינט דער זיידע איז געבוירן געוואָרן. לזכר אים און דער באָבען טיילט מײַן משפּחה אויס אַ צאָל אויסצייכענונגען פֿאַר די מענטשן וואָס האָבן אַ סך אויפֿגעטאָן לטובֿת דער ייִדישער קולטור. אין פֿריִערדיקע יאָרן האָבן די אויסצייכענונגען באַקומען די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן דוד ראָסקעס, יודזשין אָרענשטיין, ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט; דער גרינדער און דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ — אַהרן לאַנסקי און אַ צאָל זינגער, מוזיקער און אַקטיאָרן ווי טעאָדאָר ביקעל, די „קלעזמאַטיקס‟, האַנקוס נעצקי און ברײַנע וואַסערמאַן.

הײַיאָר האָט מען די פּרעמיע צוגעטיילט דעם באַרימטן פֿאָלקסזינגער דניאל קאַהן, וואָס טרעט אויף ווי „פּערטשיק‟ אין דער „פֿאָלקסבינעס‟ אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך.‟ עס וועט זײַן דאָס ערשטע מאָל וואָס מע שטעלט פֿאָר דעם באַליבטן מיוזיקל אין אַמעריקע אויף מאַמע־לשון.

ווען מאַנדי פּאַטינקין האָט פֿאָרגעשטעלט דניאל קאַהן בײַם צוטיילן אים די פּרעמיע, האָט מײַן פֿינף־יאָריק מיידל באַמערקט: „ער זעט אויס ווי דער זיידע‟. בײַ איר איז דער פֿאַקט, וואָס אַזאַ וועלט־באַרימטער אַקטיאָר ווי מאַנדי פּאַטינקין גיט עמעצן אַ פּרעמיע מיטן נאָמען „מלאָטעק‟ בכלל ניט געווען קיין חידוש. ס׳איז פּשוט געווען נאָך אַ זאַך אין וועלכער דער זיידע איז פֿאַרטאָן.

הײַיאָר האָט אונדזער משפּחה געפּראַוועט „פֿאָטערס־טאָג‟ אין דער זעלביקער צײַט וואָס טויזנטער קינדער ווערן אַוועקגעריסן פֿון זייערע משפּחות בײַ דער אַמעריקאַנער גרענעץ. טאַקע דערפֿאַר פֿיל איך זיך אַזוי דאַנקבאַר פֿאַר אַלץ וואָס מײַן באָבע־זיידע האָבן באַוויזן ווידער אויפֿצובויען דאָ אין אַמעריקע און פֿאַר דער גאָר חשובֿער קולטור־ירושה, וואָס זיי האָבן איבערגעבן ניט בלויז דער אייגענער משפּחה, נאָר דער גאַנצער וועלט.