אַן עצה פֿאַר די פֿרומע ייִדישע מיטלשולן

A Suggestion For Orthodox Jewish High Schools

Getty Images

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published June 29, 2018.

מיט פּונקט פֿינף יאָר צוריק האָט דער „פּיו‟־פֿאָרום פּובליקירט די רעזולטאַטן פֿון אַ פּרטימדיקער שטודיע וועגן די אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס האָט באַוויזן, שוואַרץ אויף ווײַס, עטלעכע בפֿירושע טענדענצן אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה. איינס פֿון די געפֿינסן איז געווען דער ממשותדיקער וווּקס פֿון דער אָרטאָדאָקסישער באַפֿעלקערונג, בפֿרט אין ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי.

איין סיבה פֿאַרן וווּקס, האָבן די פֿאָרשער משער געווען, איז ווײַל 48% אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן פֿיר אָדער מער קינדער, בעת בלויז 9% אַנדערע ייִדישע עלטערן האָבן גרויסע משפּחות. אַ צווייטע סיבה: 98% אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן אַ ייִדישן מאַן אָדער פֿרוי, בעת בײַ די קאָנסערוואַטיווע ייִדן האָבן 73% אַ ייִדישן זיווג, און בײַ רעפֿאָרם־ייִדן — 50%. אַ קינד וואָס ווערט דערצויגן בײַ צוויי ייִדישע עלטערן וועט געוויינטלעך זיך גיכער אידענטפֿיצירן ווי אַ ייִד איידער איינס בײַ וועמען איינער פֿון די עלטערן איז נישט קיין ייִד.

דער פּועל־יוצא פֿון דעם אַלץ איז אַז די ייִדישע טאָגשולן און מיטלשולן, בפֿרט די אָרטאָדאָקסישע, האָבן הײַנט מער קינדער ווי זיי האָבן ווען אַ מאָל געהאַט. עלטערן האָפֿן אַז דורכן שיקן די קינדער אַהין וועלן זייערע קינדער קריגן אַ געראָטענע ייִדישע בילדונג און במילא פֿאַרבלײַבן פֿרומע ייִדישע קינדער.

נישט תּמיד אַרבעט זיך עס אָבער אויס אַזוי. הינטער די קוליסן שושקען זיך די עלטערן, לערער און שול־דירעקטאָרן — גיכער בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע מיטלשולן איידער בײַ די חרדישע — וועגן אַן אָנגעווייטיקטן ענין: נישט געקוקט אויף זייערע גרעסטע באַמיִונגען, גייען געוויסע גראַדואַנטן פֿון די מיטלשולן „אַראָפּ פֿון דרך‟; דאָס הייסט — זיי היטן מער נישט קיין פֿרום לעבן.

ווען איך דיסקוטיר דעם ענין מיט נישט־רעליגיעזע מענטשן, סײַ ייִדן סײַ נישט־ייִדן, וועלן זיי אָפֿט קוועטשן מיט די אַקסלען און זאָגן: „וואָס איז דאָ דער חידוש? מיר וווינען אין אַ פֿרײַער געזעלשאַפֿט וווּ קינדער קענען אויסקלײַבן זייער אייגענעם לעבן־שטייגער. אויב דאָס קינד איז צופֿרידן מיטן לעבן וואָס ער האָט פֿאַר זיך אויסגעקליבן, דאַרפֿן די עלטערן אויך זײַן צופֿרידן.‟

ענטפֿער איך זיי, אַז ווען עלטערן גלייבן שטאַרק אין אַ געוויסער אידעאָלאָגיע, איז נאַטירלעך אַז זיי וועלן אַנטוישט ווערן אויב זייער קינד וואַרפֿן עס אָפּ. אַ מאַמע וואָס איז, למשל, זייער איבערגעגעבן צו געוויסע פּראָגרעסיווע אידעאַלן, וואָס מאַרשירט מיט אירע פֿרײַנד אויף פּאָליטישע דעמאָנסטראַציעס און ברענגט אַפֿילו מיט איר קינד — וועט זיכער אַנטוישט ווערן אויב דאָס קינד שליסט זיך שפּעטער אָן אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי. בײַ איר וואָלט דאָס אויך געהייסן אַז ער איז „אַראָפּ פֿון דרך‟.

די סיבות פֿאַר וואָס אַ קינד פֿון אַ פֿרומער היים וואָלט פֿאַרלאָזט אַזאַ לעבן־שטייגער זענען אָפֿט זייער קאָמפּליצירטע און אַ רעזולטאַט פֿון עטלעכע פֿאַקטאָרן. דורך מײַנע אייגענע שמועסן מיט מיטלשול־גראַדואַנטן האָב איך אַנטדעקט פֿיר מעגלעכע סיבות דערפֿאַר:

• נאָכן גראַדויִרן, פֿאָרט דער סטודענט אַוועק שטודירן אין אַ סעקולערן קאָלעדזש און דאָרט דערפֿילט ער אַז דאָס רעליגיעזע לעבן האַלט אים אָפּ פֿון זיך אויסלעבן ווי אַ פֿרײַער פֿויגל (ענלעך צום ייִנגל וואָס באַשרײַבט די דערשטיקנדיקע ליבשאַפֿט פֿון דער מאַמען אין איציק מאַנגערס ליד, „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟).

• ער אָדער זי גלייבט פּשוט נישט אין גאָט און זעט דערפֿאַר נישט קיין זינען אין היטן די מיצוות.

• ער אָדער זי האָט געליטן פֿון אַן אומגליקלעך משפּחה־לעבן און האָט דערפֿאַר נעגאַטיווע אַסאָציאַציעס מיט דער משפּחה, אַרײַנגערעכנט איר פֿרומקייט,

• ער אָדער זי איז „גיי‟ (האָט ליב דעם זעלבן מין) און פֿילט זיך אַרויסגעשלאָסן פֿונעם פֿרומען ציבור צוליב דער תּורהס פֿאַרווערן אַזוינע באַציִונגען.

שטעלט זיך די פֿראַגע: איז דאָ עפּעס וואָס די מיטלשולן וואָלטן געקענט טאָן פֿאַר יענע תּלמידים איידער זיי פֿאַרלאָזן דאָס רעליגיעזע לעבן? אויב מע האָט שוין אויסגעפּרוּווט אַלע קירובֿ־מיטלען און עס העלפֿט ווײַטער נישט, זאָל מען זיך פּשוט אונטערגעבן? ניין. יעדעס קינד וואָס גראַדויִרט פֿון אַ ייִדישער מיטלשול, וואָלט געדאַרפֿט אַרויסקומען ווי אַ שטאָלצער ייִד, אַפֿילו אויב ער דריקט עס אויס אויף אַ נישט־רעליגיעזן אופֿן. און טאַקע דערפֿאַר דאַרפֿן די שולן אַנטוויקלען די ייִדישע אידענטיטעט פֿון די תּלמידים נישט בלויז אינעם רעליגיעזן זינען אָבער אויך אינעם נאַציאָנאַלן.

איין אופֿן, וואָס ס׳רובֿ טאָגשולן טוען שוין, איז דורך פֿאַרשטאַרקן די קינדערס אידענטיפֿיקאַציע מיט מדינת־ישׂראל. דאָס העלפֿט אויב דער בחור אָדער מיידל וועט שפּעטער טאַקע עולה זײַן. אין דער אמתן אָבער וועלן ס׳רובֿ תּלמידים זיך נישט באַזעצן אין ישׂראל, אַזוי אַז דאָס אַליין איז נישט קיין לייזונג.

וואָס מע דאַרף יאָ טאָן איז לערנען דעם תּלמיד די פֿילפֿאַרביקייט פֿון זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס אין ס׳רובֿ פֿאַלן איז דאָס אַ מזרח־אייראָפּעיִשער. אַחוץ די געוויינטלעכע ייִדישע לימודים ווי חומש, נבֿיאים און גמרא, דאַרף מען אויך אײַנפֿירן קורסן וואָס באַקענען די קינדער מיט דער רײַכקייט פֿון דער ייִדישער קולטור. ווען דער תּלמיד וועט זיך דערוויסן אַז ייִדישקייט נעמט אַרײַן נישט בלויז רעליגיע אָבער אויך שפּראַך, געשיכטע, מאכלים און מוזיק, גיט עס אים אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד פֿון וואָס עס הייסט צו זײַן אַ ייִד.

אַ צאָל מיטלשולן טוען דאָס שוין, אָבער בלויז אויפֿן שפּיץ מעסער. אינעם ענגליש־קלאַס, למשל, וועט דער לערער הייסן די תּלמידים לייענען אַן איבערזעצונג פֿון אַ באַשעוויס־דערציילונג. ליטעראַטור איז אָבער בלויז איין אַספּעקט פֿון קולטור. כּדי באמת אײַנצופֿלאַנצן אַן אינטערעס און ליבשאַפֿט פֿאַר דעם עטניש־קולטורעלן אַספּעקט פֿון ייִדישקייט דאַרף מען אײַנפֿירן קורסן פֿון פֿאַרשיידענע מינים. למשל:

• אַ קלאַס וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע — און נישט בלויז וועגן דער ציוניסטישער באַוועגונג און דעם חורבן (דאָס לערנט מען שוין), נאָר וועגן די גרויסע אויפֿטוען במשך פֿון דער טויזנט־יאָריקער געשיכטע פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע: דער געבורט פֿון דער חסידישער באַוועגונג, די צעבליִונג פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, דער פּאָליטישער אַקטיוויזם פֿון די מזרח־אייראָפּעיִשע בונדיסטן, ציוניסטן, ייִדישיסטן און קאָמוניסטן, און ווי די ייִדן האָבן מיטגעבראַכט אָט די קולטור־ירושה קיין אַמעריקע.

• אַ קורס וועגן ייִדישן קינאָ, וווּ די קינדער קוקן אויף קלאַסישע ייִדישע פֿילמען ווי „דער דיבוק‟, „טבֿיה‟ און „ייִדל מיטן פֿידל‟ און דיסקוטירן סײַ דעם קולטור־היסטאָרישן קאָנטעקסט, סײַ די קונסט פֿונעם פֿילם.

• אַ קלאַס פֿון קלעזמער־מוזיק, און אַפֿילו אַ וואַרשטאַט וווּ די קינדער ברענגען זייערע אינסטרומענטן און לערנען זיך ווי אַליין צו שפּילן די אַלטע ייִדישע מעלאָדיעס (אָדער אַ קלאַס פֿון פֿאַרשידענע מינים ייִדישן פֿאָלקסמוזיק, אַרײַנגערעכנט די ספֿרדישע און תּימנער טראַדיציעס).

• אַ קאָכקלאַס וווּ די קינדער לערנען זיך אויס ווי צוצוגרייטן היימישע מזרח־אייראָפּעיִשע מאכלים ווי בלינצעס, קניידלעך און באָרשט.

• ייִדיש־לעקציעס, ניצנדיק דעם אויסערגעוויינטלעכן קאָמפּיוטער־קורס, „ייִדיש פּאַפּ‟ וווּ קינדער לערנען זיך די שפּראַך דורך קוקן אויף די חנעוודיקע ייִדישע קאַרטונס פֿון נאָמי מיט איר ראָבאָט מאָבי— און וואָס איז, אַגבֿ, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.

געוויסע לערער און פּרינציפּאַלן וועלן טענהן, אַז צוליב דעם שוין געפּאַקטן לערנטאָג פֿון אַ ייִדישער מיטלשול (בפֿרט צוליב די אַוואַנסירטע סעקולערע לימודים וואָס די עלטערן פֿאָדערן כּדי זייערע קינדער זאָלן קענען אַרײַן אין די בעסטע אוניווערסיטעטן), איז פּשוט נישטאָ קיין צײַט צוצוגעבן אַזוינע קורסן. דאָס איז אָבער אַ תּירוץ פֿאַר די בענטשליכט. יעדער ווייסט אַז דאָס לערנען אַוואַנסירטע גמרא, למשל, איז נישט פֿאַר אַלעמען. אין דער זעלבער צײַט פֿונעם גמרא־קלאַס זאָל מען גיבן איינעם אָדער מער פֿון די קולטורקלאַסן ווי אַ ברירה. דערצו קען מען אָפּהאַלטן די קלאַסן נאָך די געוויינטלעכע שול־שעהען. פּונקט ווי די מער אַטלעטישע תּלמידים גייען טרענירן אויף ספּאָרטמאַטשן, זאָלן תּלמידים מיט אַן אינטערעס צו קולטור זיך דערוויסן וועגן דער פֿילפֿאַרביקער קולטור־ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און אַפֿילו גיין אויף שײַכותדיקע עקסקורסיעס צוזאַמען. די סטודענטן וואָס וווינען אין דער ניו־יאָרקער געגנט קענען, למשל, פֿאָרן צוזאַמען אין ייִדישן טעאַטער.

בקיצור, ווען מע פֿלאַנצט אײַן בײַ קינדער אַ ליבשאַפֿט פֿאַר זייער עטניש־קולטורעלן אָפּשטאַם, גיט עס זיי אַ געלעגנהייט צו בלײַבן שטאָלצע, גוט־אינפֿאָרמירטע ייִדן. נאָכן גראַדויִרן וועלן זיי קענען אויסדריקן זייער ייִדישע אידענטיטעט נישט בלויז דורך גיין אין שיל שבת און יום־טובֿ, נאָר דורכן ווײַטער זיך לערנען ייִדיש, זיך פֿאַרנעמען מיט אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע אָדער ליטעראַטור און גיין אויף ייִדישע קאָנצערטן, פֿעסטיוואַלן און קאָנפֿערענצן. דערבײַ וועלן אויך יענע קינדער, וואָס פֿאַרלאָזן דאָס רעליגיעזע לעבן, ווײַטער אָנהאַלטן אַ שטאַרקע פֿאַרבינדונג מיט ייִדן און ייִדישקייט און במילא וועלן זיי, כאָטש אינעם קולטורעלן זינען, קיין מאָל נישט אַראָפּ פֿון דרך.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.