יולי־נומער פֿאָרווערטס: ביימער, פּאַרטיזאַנער און טרעפֿונגען מיט אייגנאַרטיקע שרײַבער

July Issue of the Forverts: Trees, Partisans and Meetings With Unique Writers

Jordan Kutzik

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 29, 2018.

אַבאָנירט זיך אויפֿן „פֿאָרווערטס‟ הײַנט

לכּבֿוד דעם שיינעם זומערדיקן וועטער בײַ אונדז אין אַמעריקע איז די ערשטע זײַט פֿונעם יולי־נומער פֿאָרווערטס געווידמעט דער נאַטור.

די פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַפֿענעס (שוואַרצע יאַגדעס) פֿאַרבעט דעם לייענער צו איציק גאָטעסמאַנס אַרטיקל — אַ „שפּאַציר‟ איבערן וועלדל לעבן זײַן הויז אין די „קעטסקיל‟־בערג — וווּ ער דערציילט וועגן די כּלערליי ביימער און געוויקסן דאָרט; דערבײַ לערנען מיר זיך אויס זייערע נעמען אויף מאַמע־לשון און די קרענקייטן, וואָס באַדראָען אַ טייל פֿון זיי.

צוויי אַרטיקלען זענען געווידמעט ייִדישע פּאַרטיזאַנער. אינעם צווייטן אַרטיקל אין איר סעריע וועגן ייִדיש־רעדנדיקע פּאַריזער ייִדן, דערציילט רייזע טורנער די לעבנס־געשיכטע פֿון סימאָן ווירשוב, אַ קינד פֿון פּויליש־ייִדישע עלטערן, וואָס האָבן געקעמפֿט אינעם פֿראַנצייזישן „רעזיסטאַנץ‟ קעגן די דײַטשן און אַזוי האָבן זיי באַוויזן צו בלײַבן לעבן און באַשיצן זייער זון. אין זײַן דריטן אַרטיקל אין דער סעריע וועגן ווילנער ייִדישע פּאָעטן שרײַבט יחיאל שיינטוך וועגן שמערקע קאַטשערגינסקי, חיים גראַדע און אַבֿרהם סוצקעווער. ער דערמאָנט דערבײַ די לידער וואָס קאַטשערגינסקי און סוצקעווער האָבן געשאַפֿן אין ווילנער געטאָ איידער זיי זענען אַנטלאָפֿן אין די וועלדער כּדי צו קעמפֿן מיט די פּאַרטיזאַנער.

דער נומער נעמט אויך אַרײַן באַריכטן פֿון צוויי באַרימטע שרײַבער. אַלכּסנדרה פּאָליאַן באַשרײַבט מאיר שלוס אויפֿטריט אין מאָסקווע און פֿאַר וואָס דער ישׂראלדיקער שרײַבער איז אַזוי פּאָפּולער אין רוסלאַנד. יצחק ניבאָרסקי דערציילט וועגן דער רעדע, אויף ייִדיש, פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן שרײַבער יהושע האַלבערשטאַם, וועגן זײַנע חסידישע וואָרצלען.

אַחוץ דעם קען מען, ווי תּמיד, לייענען וועגן די לעצטע געשעענישן אין דער ייִדיש־וועלט; נײַע ייִדישע ליטעראַטור (דאָס מאָל: אַ ציקל לידער פֿון באָריס קאַרלאָוו און דעם המשך פֿון נח באַרעראַס ראָמאַן „די נעכטיקע טעגניק‟); און עצות פֿאַר אונדזערע לייענער, אינעם „בינטל בליצבריוו.‟

פֿאַרפֿעלט ניט קיין איין נומער. אַבאָנירט זיך הײַנט!.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.