ייִדישע „ווערטער פֿון דער וואָך‟ אויף „פֿייסבוק‟

Yiddish Words of the Week on Facebook

Yehuda Blum

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 02, 2018.

אַ מאָל פֿרעגן בײַ אונדז ייִדיש־סטודענטן צי אַפֿילו די וואָס רעדן שוין ייִדיש ווי אַ וואַסער: „ווי אַזוי זאָגט מען ___ אויף מאַמע־לשון?‟

געוויינטלעך איז דאָס וואָרט פֿאַרבונדן מיט אַ טעמע אין דער נײַעס, צי מיט אַ יום־טובֿ אָדער מלוכישער חגא, וואָס קומט דעמאָלט פֿאָר. אונדזער ענטפֿער: גיט קודם אַ קוק אינעם נײַעם ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך.

אַ מאָל וויל מען זיך אָבער דערוויסן, ווי אַזוי אַרומצורעדן אַ גאַנצע טעמע אויף מאַמע־לשון. פֿאַר דעם איז כּדאַי מיטצוהאַלטן מיט דער „פֿייסבוק‟־זײַטל פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟. דאָרטן שטעלט מען אַרויף יעדע וואָך אַ נײַע רשימה ייִדישע ווערטער און פֿראַזעס פֿאַרבונדן מיט אַ טעמע. פֿאַראַכטאָגן האָט מען, למשל, אַרויפֿגעשטעלט אַ רשימה טערמינען פֿאַרבונדן מיט אימיגראַציע. אַ דאַנק דער ליסטע ווערטער קען מען זיך למשל, דערוויסן, ווי אַזוי צו באַשרײַבן פּרעזידענט טראָמפּס „אומבייגעוודיקער‟ „נול־טאָלעראַנץ־פּאָליטיק‟ קעגן די „אַזיל־זוכער,‟ וואָס האָט גורם געווען די „משפּחה־צעטיילונג.‟

אויף אַ פֿריילעכערער טעמע קען מען זיך דערוויסן ווי אַזוי צו שמועסן מיט אײַערע ייִדיש־רעדנדיקע חבֿרים וועגן דעם גרעסטן ספּאָרט־טורניר אויף דער וועלט, דעם „וועלטבעכער‟ פֿון פֿוסבאָל. אַזוי אַרום וועט מען וויסן, וואָס צו זאָגן, אויב דער „וועלט־טשעמפּיאָנאַט‟ ענדיקט זיך מיט אַ „פֿרײַען שאָס‟ אויפֿן „טויער.‟

און טאָמער עלאָן מוסק צי דזשעף בעזאָס אָדער נאָך אַ ביליאָנער באַשליסט אַרויסצושיסן אַ „באַמענטשלעכטן‟ ראַקעט, קען מען זיך דערוויסן ווי אַזוי אַרומצורעדן וואָס עס טוען די „אַסטראָנויטן‟ בײַם „אַרומאָרביטירן‟ די ערד אין זייער „הערמיטישער קאַבינע.‟.

כּדי מיטצוהאַלטן מיט די „ווערטער פֿון דער וואָך‟ פֿאַרשרײַבט זיך אויף דער „פֿייסבוק‟־זײַט פֿון דער „ייִדיש־ליגע.‟.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.