פּרעמיערע פֿון ייִדישן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן קינסטלער און פּאָעט יאָני פֿײַן

Premiere of Yiddish Documentary About Artist and Poet Yoni Fain


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 03, 2018.

במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט די „ייִדיש־ליגע‟ אַרויסגעלאָזט אַ סעריע פֿילמען „אַ וועלט מיט וועלטעלעך: שמועסן מיט ייִדישע שרײַבער‟. ביז אַהער זענען דערשינען דרײַ דאָקומענטאַר־פֿילמען, וואָס באַשטייען פֿון לענגערע אינטערוויוען מיט די שרײַבער ביילע־שעכטער גאָטעסמאַן, איטשע גאָלדבערג און חוה ראָזענפֿאַרב.

לעצטנס האָט מען געלאָזט וויסן, אַז דער פֿערטער דאָקומענטאַר־פֿילם אין דער סעריע „יאָני פֿײַן: מיט פּען און פּענדזל‟, וועט האָבן זײַן פּרעמיערע אין ניו־יאָרק בײַם „ייִוואָ.‟ אַלע פֿיר פֿילמען זענען רעזשיסירט געוואָרן פֿון דזשאַש וואַלעצקי.

יאָני פֿײַן איז געווען אַן אָנגעזעענע פֿיגור אויף דרײַ געביטן: די ייִדישע ליטעראַטור, די קונסטוועלט און דאָס געזעלשאַפֿטלעכע לעבן פֿונעם ייִדישיסטישן ניו־יאָרק. פֿײַן, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסק, איז געקומען קיין ווילנע ווי אַ יונג קינד. בעת די מלחמה־יאָרן האָט ער געוווינט אין יאַפּאַן און כינע. אין 1947 האָט ער זיך באַזעצט אין מעקסיקע, וווּ ער איז געוואָרן אַ באַקאַנטער מאָלער און פּאָעט. דער באַרימטער מעקסיקאַנער קינסטלער דיִעגאָ ריוועראַ איז געווען זײַנעם אַ גרויסער שטיצער און אַפֿילו אָרגאַניזירט אויסשטעלונגען פֿון זײַנע מאָלערײַען.

נאָכן באַזעצן זיך אין ניו־יאָרק אין 1953 איז פֿײַן געוואָרן אַן אַקטיווער כּלל־טוער אויף דער ייִדישער גאַס. ער האָט אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן „פּען־קלוב‟, געדינט ווי דער פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟ און רעדאַקטירט עטלעכע ייִדיש־שפּראַכיקע זשורנאַלן. אין דער זעלביקער צײַט איז ער אויך געווען אַ קונסטלערער און ווײַטער געשאַפֿן לידער און מאָלערײַען. פֿײַן איז געבליבן זייער אַקטיוו אויף אַלע פֿראָנטן ביז עטלעכע יאָר פֿאַר זײַן אַוועקגיין צו הונדערט יאָר אין 2013.

די פּרעמיערע פֿונעם פֿילם וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 26סטן יולי, 7 אַ זייגער אין אָוונט. דער אײַנטריט איז בחינם אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.yivo.org/Yonia-Fain.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.